פרייטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג צו=
~שושן פורים~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע ב"ר יואל מיטעלמאן ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר חיים פריעדלענדער.
ב"ר הערשל אילאוויטש.
ארום 2:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור לכבוד שושן פורים,
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ, דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
דערנאך האט מען אויפגעגעבן ווייטער די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
און דער רבי האט אויפגעטרעטן 2 מאל מיט דברות קודש,
מען האט געזינגען לעבעדיגע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הר"ר יונה גוטמאן שליט"א מגי"ש בישיבה קטנה סניף רב טוב, ווי ער האט אויסגעגראמט מיט חרוזים בשם די בחורים פון אלע סאטמארע ישיבות די בכל עתר ועתר וועלכע האבן געלערענט שעות רציפות במשך די וואכן פון ר"ח אדר ביז פורים כבקשת רבינו שליט"א דעם פארגאנגענעם פורים קטן.
דערנאך האט הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קוויטל כוללות פון אלע בחורים וועלכע האבן געלערענט 'ל"ו שעות' און איבערגעגעבן פארן רבינו שליט"א א נייע זמירות לב אהרן לכבוד שבת.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך באדאנקט פאר די בחורים פאר די שעות רציפות און ארויסגעברענגט לשבח פון די בחורים וועלכע האבן זיך אויפגעפירט מיט א גוטע התנהגות דעם יו"ט פורים,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי תורה און דערנאך רבי האט מכבד געווען אלע אידן וואס הייסן יוסף זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט פונעם ציבור לטובת קופת רבינו 'אבני חסד'.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי ברכה פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האבן אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות די פורים רב הר"ר שלמה לייב ווייינבערגער שליט"א און הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן ,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א - דומ"ץ טאשנאד מאנסי.
שושנת יעקב: הרה"ג ר' יוסף מרדכי וואגשאהל שליט"א ראה"כ ורב דביהמ"ד כולל ערב שבת.
דערנאך האט דער רבי געבענטשט ברכת המזון על הכוס,
מען האט געענדיגט ארום 4:50.
"וטוב לב משתה תמיד"
~🌴~