דאנערשטאג צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג צו=
~יום הפורים~
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:00 אזייגער.
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה הר"ר מענדל גאלד אב"ד לובלין.
כהן הר"ר עמרם כהן,
לוי הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל.
גלילה: הרה"ח ר' יחיאל אלטר טויב.
נאכן ליינען איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן די ר"ת תפילין, און דערנאך איז רבינו שליט"א ארויף אויפן באלעמער ווי דער רבי האט געמאכט א לשם יחוד און מקיים געווען די מנהג און געגעבן א מחצית השקל, און דערנאך געזאגט לשם יחוד און געמאכט די ברכות און געליינט די מגילה מיט א געוואלדיגע התלהבות און התעורורות.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 12:30.
אינדערהיים האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום פון משלוח מנות ומתנות לאביונים, און טועם געווען פון די נאנט און קינדל כנהוג, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה לכבוד היום.
רבינו שליט"א האט אויפגענומען אנ"ש במשכ'ן טאג פון 4:00 ביז 6:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. לברך ולהתברך אין דעם גרויסן טאג, במשכ'ן טאג האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנ"ש זקנים עם נערים , און קבוצות בחורים ווי רבינו שליט"א האט אנגעווינטשן און געבענטשט יעדעם מיט ברכות לרוב.
ארום 6:40 דער רבי האט געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער.
ארום 7:10 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום סעודת משתה היין אין בית המדרש הגדול.
דער רבי האט זיך געוואשן צו א סעודה לכבוד היום,
נאכן עסן א כזית האט דער רבי געזאגט א לשם יחוד און געמאכט א בורא פרי הגפן און געטרונקען די ערשטע כוס וויין. נאך די פיש האט דער רבי נאכאמאל געזאגט די לשם יחוד, און געטרינקען די צווייטע כוס, און נאך די זופ האט רבינו שליט"א געטרינקען א דריטע כוס וויין.
ביי די זופ האט מען געזינגען שימנו כחותם און דער רבי האט עס געהייסן איבער זינגען, און דער רבי האט מיטגעזינגען מיט בכיות נוראות, דערנאך האט דער רבי פארגעזינגען כבודו מלא עולם, מיט השתפכות הנפש, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן,
ביי די פלייש האט מען אויפגעגעבן א העלזל כנהוג, און אויך א קוגל געברענגט דורך הרה"ח ר' בנציון קליין.
במשך די סעודה האבן די בעלי מנגנים משמיע געווען ניגוני שמחה, וניגוני דביקות והתעוררות.
דער רבי האט משמיע געווען אכט מאל דברות קודש, און צווישן איין דב"ק און די אנדערע האבן די בעלי מנגנים געזינגען ניגונים,
ביים ערשטן דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק והמן נופל על המטה, איז דא א מסורה ויתחזק ישראל וישב על המטה.
אלמלא היו ישראל אגודה אחת אין כל אומה ולשון יכולה לשלוט בהם, יעקב אבינו האט זיך געשלאגן מיט די מלאך, און געוואונען, יעקב אבינו איז געווען א שלימות, און נאך זיין פטירה איז עס צעטיילט געווארן צו די שבטים, און פון דארט צו כלל ישראל, דערפאר ווען כלל ישראל איז באחדות קען זיי קיינער גארנישט טון.
המן הרשע האט מקטרג געווען אז כלל ישראל איז מפוזר ומפורד, דערפאר האט אסתר המלכה געזאגט לך כנוס את כל היהודים, אזוי בזכות יעקב אבינו האט מען מבטל געווען מחשבת המן.
ביים די צווייטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק דורש טוב לעמו,
ביי קידוש זאגט מען ויכלו, ויחל, וישבות, ויברך, ויקדש. דאס איז פינף מאל וי, און מען דארף מהפך זיין פון וי צו טוב,
וויאזוי איז מען מהפך וי צו טוב, וי איז בגימטריא זעכצן מען דארף צולייגן איינס, ווערט טוב.
ושמעו הולך בכל המדינות, זיין קריאת שמע איז געגאנגען בכל המדינות, קריאת שמע איז עדות אויף אחדות הבורא.
שטייט אין ייטב פנים אז ביי קידוש זאגט מען עדות אויף אחדות הבורא, אז מען זאגט עדות אויף אחדות הבורא קומט דאך צי איינס, דאס איז דורש טוב לעמו, מרדכי הצדיק האט איבערגעדרייט פון וי צו טוב.
נאך די צווייטע דב"ק האט רבינו שליט"א זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
ביים דריטן דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק אם על המלך טוב יבוא המלך והמן היום, אם על המלך טוב, די ראשי תיבות איז בגימטריא מילה.
שטייט אין חתם סופר אז סתם א מעסער צעטיילט, די איזמל של מילה איז מאחד בין ישראל לאביהם שבשמים.
הקב"ה איז א נצחי, אז מען איז מדובק אין א נצחי קען קיינער גארנישט טון.
די גמרא זאגט ליהודים היתה אורה זו תורה, ושמחה וכו' המן הרשע האט געוואלט מבטל זיין מצות מילה, אזוי וועט ער קענען בייקומען כלל ישראל.
דאס האט אסתר המלכה געזאגט אם על המלך טוב בגימטריא מילה, דורך מילה וואס איז מאחד אידן מיט הקב"ה האט מען מבטל געווען מחשבת המן.
ביי די פערטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק דורש טוב לעמו ודובר שלום לכל זרעו.
מ'האט געזינגען דא ויהי זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים וחסידים וכו'
א מענטש'ס פארמעגן איז זיינע קינדער, דובר שלום לכל זרעו, פורים איז א סגולה פאר דובר שלום לכל זרעו, מה שאלתך וינתן לך, פורים קען מען זיך אויסבעטן גוטע קינדער און אלעס גוטס.
און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן קינדער וכו'
ביי די פיפטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק ובבואו לפני המלך אמר עם הספר, די אמרי נועם זאגט "אמר" מיט "ספר" איז בגימטריא שופר.
דער רבי האט פארציילט די מעשה מיט'ן הייליגן קדושות יו"ט אז ער האט צוגעזאגט קינדער פאר איינעם א שוחט מיטן נאמען שלמה יעקב, און ס'איז אריבער א שטיק צייט און ער איז נישט געהאלפן געווארן, איז ער געקומען מיט טענות, האט דער קדושות יו"ט געזאגט אז א שר געט ארויס א באפעל מוז עס געשען, די מקטריגים קענען עס אביסל אפשטופן, אבער צום סוף מוז עס אויסגעפירט ווערן.
די אות ק' איז די איינציגסטע אות פון די כ"ב אותיות וואס קומט אראפ למטה מהשרטוט, ווייל דאס איז משפיע שפע ביז אראפ דא אונטן וואו די מלאכים קענען עס שוין נישט אפשטופן.
דערפאר בלאזט מען תקיעת שופר מאה קולות וואס דאס איז א ק' און דאס איז גענצליך מבלבל דעם שטן.
ובבואו לפני המלך אמר עם הספר, אמר מיט ספר וואס איז בגימטריא שופר, דאס ישוב מחשבתו הרע.
און נאך די פיפטע דב"ק האט דער רבי געטאנצן אויף והריקותי לכם ברכה פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זעקסטע דב"ק און זיך געשטעלט אויפן פסוק מה שאלתך וינתן לך, ומה בקשתך 'עוד' ותעש.
עוד דאס מיינט מען דעם עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה.
ביים נוסח הברכה ביים חופה זאגט מען מקדש עמו ישראל על ידי חופה וקידושין, די סופי תיבות פון מקדש עמו ישראל איז גי' פורים.
מ'קען זאגן פארוואס הייסט פורים פורים, על שם הפור, פור איז אותיות פרו, פורים איז מסוגל פאר פרו ורבו.
מרדכי איז דורש טוב לעמו, מרדכי איז דורש דעם מצא אשה מצא טוב.
און דער רבי האט שטארק אנגעוואונטשן גוטע שידוכים.
פאר די זיבעטע דב"ק האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מנהג פון זקינו בעל עצי חיים צו רייכערן אום פורים און דערמיט פארברענען די קליפות אין די רויעך, און דער רבי האט פארייכערט א ציגאר און בשעת מעשה משמיע געווען די זיבעטע דברות קודש און זיך געשטעלט אויפן פסוק שומר מצוה לא יידע דבר רע, זו אסתר שהיה עוסקת בביעור חמץ.
תשביתו שעור מבתיכם, שעור מיינט מען די אידישע צרות, מען דארף אויסליידיגן די אידישע הייזער פון אלע צרות.
דער זיידע ז"ל פלעגט נישט רייכערן, פורים האט ער יא גערייכערט, מקיים צו זיין דעם תשבותו שעור מבתי ישראל, אז אלע אידישע צרות זאל אוועקגיין מיט די רויעך.
דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן די פאררייכערטע ציגאר פאר הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די אכטע דב"ק און זיך געשטעלט אויפן פסוק דורש טוב לעמו.
ס'איז דא צוויי שמות יבק, איינס איז פון יענך ה' ביום צרה, די ראשי תיבות איז בגימטריא יב"ק, אויך יעננו ביום קראנו איז ר"ת יב"ק, דאס איז די שם פון המתקת הדינים.
נאכדעם איז דא נאך א שם, די שם הוי', די שם א-ה-י-ה, און די שם אדני, איז בגימטריא יבק, און דאס איז די שורש כל הברכות והטובות.
שטייט פון אר"י הק' איז די פינף פינגער הייסן גודל, אצבע, אמון, קמיצה, זרת, די ראשי תיבות איז גי' קי"ב, דאס מיינט די חמש אצבעות איז די שם יב"ק.
געלט איז אויך בגימטריא קי"ב, קומט אויס ווען א איד נעמט געלט מיט די חמש אצבעות, און ער געט עס פארן עני, איז עס צוויי מאל די שם יב"ק.
דאס איז מרדכי דורש טוב לעמו, דורכ'ן מתקן זיין מתנות לאביונים קומט אן כל הברכות והטוב.
נאך די אכטע דב"ק האט מען אויפגעגעבן די קרויט כנהוג.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלמה הערשקאוויטש מיט דברי חרוזין לכבוד פורים,
דערנאך האט די פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס פארגעזינגען די ניגון פונעם הייליגן קדושת לוי זי"ע רבוש"ע לאמיר מאכן א בייט.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלום אליעזר דים מיט דברי בדחנות.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א.
שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א רב דביהמ"ד אבני צדק.
דער רבי האט געדאווענט מעריב אין בית המדרש, בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן.
מען האט געענדיגט ארום 12:30
~🌴~