מאנטאג שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שמיני=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים בערקאוויטש ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר משה יושע ווייס.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אין די מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' פנחס פראנקל און ר' שמואל הערש פעלדמאן אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' מנחם ישעי' לעווי און ר' יואל ישראל מאיר שפילמאן אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 7:45 ביז 11:50 אויפדערנאכט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל צבי פילעפף און ר' יואל ביקעל, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מעריב האט זיך געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א הב' משה דוד ב"ר מנחם זאב מקובצקי - ק"י ממציוני תלמידי ישיבתינו הק' סניף דברי יואל אויף פיפצן הונדערט בלאט גמרא בע"פ.
א גוטע נאכט.
~🌴~