מיטוואך צו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך צו=
~תענית אסתר~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל יודא ווערצבערגער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מאיר זיכערמאן.
ב"ר יוסף מנחם וואגשאהל.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
~ליל פורים~
ארום 7:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, בעל תפילה: ר' יחזקאל געלבשטיין
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה שווארץ - וומ''ס.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן.
לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער.
שלישי- מפטיר: רבינו שליט''א.
הגבה: הרה"ג ר' דוד פערל.
גלילה הרה"ח ר' שלמה קאהן.
ארום 8:05 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב.
בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק.
נאך מעריב ארום 8:25 איז רבינו שליט"א ארויף אויפן באלעמער מעוטף בטלית שאולה געברענגט דורך הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער, און געזאגט די לשם יחוד וכו' און אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת, און געליינט די מגילה מיט גרויס התעורורות און מיט התלהבות אש.
מען האט געענדיגט אום 9:30, מען האט געזאגט די ברכות און ואתה קדוש און עלינו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:50 איז דער רבי אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין היכל השלחנות.
דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט און דערנאך זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די סעודה האט מען געזינגען לעבעדיגע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצען פאר א לענגערע צייט,
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' מענדל פרענקל.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ובבואה לפני המלך אמר עם הספר, און ארומגערעדט בדרך דרוש בעניני פורים.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס.
ברכת המזון: הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייס.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:40.
~🌴~