זונטאג שמיני
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שמיני=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' גרשון פעלבערבוים,
און לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב שפיטצער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און לבן הנולד אצל ר' יודל גוטמאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל פארגעס.
ב"ר חיים אברהם גליק.
ב"ר יואל בערגער.
ב"ר יואל ב"ר מאיר ווערטהיימער.
ב"ר יעקב קליין.
ב"ר יואל רובינשטיין.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב יודא גפן און ר' יוסף לייב ברוין אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמואל זאנוויל כהנא און ר' אהרן שמואל פוקס אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען בקו"פ א מעמד חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' שלום ווייס נדבן פונם בנין מבצר הכוללים האט געגעבן א גרויסע סומע צו קענען אויפפיקסן די אינטערשטע שטאק פונם בנין ווי עס גייט צוקומען ארום 350 פרישע פלעצער, דער רבי האט ארויסגעברענגט בתוך דבריו די גרויסע זכיה פונם נדבן צווישן אנדערע האט דער רבי ארויסגעברענגט אז די צוועלף פרישע דיינים וואס זענען נתמנה געווארן פאריגע וואך אלץ מורה הוראה בקהילותינו זענען אויסגעשטיגן נאר אדאנק די כולל און דער רבי האט צוגענדיגט מיט ברכות קדשו פארן נדבן.
און אזוי אויך זענען אריין בקו"פ א קבוצה בחורים פון די ישיבה בהנהלת הרה"ג ר' אלימלך מיללער אין די גרינפיעלד פארק געגנט אין די קעסטקילס ווי דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויפן ישיבה און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים אין די לימודים און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר די בחורים.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יחזקאל בערגער און הר"ר דוד שלמה עקשטיין אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 10:50 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
א גוטע נאכט.
~🌴~