מיטוואך כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך כי תשא=
~שושן פורים קטן~
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה - שיעור ד'.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד היום.
דער רבי האט געהייסן זינגען ניגונים לכבוד היום, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזנפעלד שליט"א, און פאר די הנהלת הישיבה און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די בחורים.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אשמחה ואעלזה 'בך' ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען דארף נעמען שמחה נאר פון השי"ת און פון די תורה הקדושה, און ארומגערעדט אז מען זאל זיך נישט זיכן קיין הנאה גשמיות אין די דרויסענדיגע גאס אפילו קיין מותר'דיגע, און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פאר די בחורים.
דערנאך האט מען געזינגען לעבעדיגע ניגונים,
דערנאך האט דער רבי פארלאזט די ישיבה אין באגלייטונג פון די ראשי הישיבה און די פילצאליגע תלמידי הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב יחזקי' טויב און ר' חיים לייב מארקאוויטש, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יושע קאהן און ר' יואל מאשקאוויטש, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 1:00 אזייגער אויפדערנאכט.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 11:15 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~