דינסטאג תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תשא=
~פורים קטן~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה לצעירים - וומ"ס, בראשות הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד היום.
מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א און פאר הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל הישיבה, און פאר אלע מרביצי תורה און פאר אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען א לענגערע דרוש בסוגיא עשה דוחה לא תעשה משולב בדברי תורה לכבוד היום.
דערנאך האט מען געזינגען לעבעדיגע ניגונים, דערנאך האט דער רבי פארלאזט די ישיבה און באגלייטונג פין די תלמידי הישיבה.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט תפילת מנחה בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 6:00 איז דער רבי אנגעקומען צום עריכות שלחן הטהור לכבוד פורים קטן אינאיינעם מיט די קרוב צו זיבן הונדערט תלמידי ישיבות קטנות פון מוסדותינו הק' פון וומ"ס אין די זאלן פון קאנטינעטאל.
רבינו שליט"א האט זיך געוואשן צום סעודה לכבוד היום.
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
במשך די טיש האט דער רבי אויפגעטרעטן דריי מאל מיט דברות קודש.
ביי די ערשטע דב"ק האט דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די משנה אין אבות שנו חכמים בלשון משנה, ברוך שבחר בהם ובמשנתם.
די משנה זאגט אין מגילה אין בין אדר ראשון לאדר שני אלא קריאת המגילה ומתנות לאביונים בלבד.
תוספות זאגט אז פונעם משנה איז משמע אז משתה ושמחה גייט אן אויך אין אדר ראשון, בשעת פון די גמרא איז משמע אז עס גייט נישט אן.
אין חתן סופר ווערט געברענגט אז משה רבינו איז געבוירן אין אדר א', קומט אויס אז דער ברית איז געווען פורים.
המן הרשע האט זיך טועה געווען ווייל ער האט נאר געוויסט אז משה רבינו איז אוועק אדר, ער האט נישט געוויסט אז משה רבינו איז געבוירן אדר,
דערפאר מאכט מען א סעודה פורים קטן, אלץ זכר צום סעודת ברית פון משה רבינו.
קומט אויס אז די סעודה פורים קטן ביינאכט איז קעגן די וואכנאכט פון משה רבינו, און די סעודה בייטאג איז קעגן די ברית מילה פון משה רבינו,
אין ייטב לב שטייט די טעם פאר א וואכנאכט, ווייל ישראל קדושים הם, און זיי טוען די מצוה פון ברית מילה בשמחה.
דאס איז פשט שנו חכמים בלשון משנה, ברוך שבחר בהם ובמשנת"ם, ווייל פון די משנה איז משמע אז מ'דארף יא מאכן א סעודה.
דער כתב סופר זאגט אז לויט דעם איז מען מחיוב מיט משלוח מנות פורים קטן,
הקב''ה שומר משמרתו של תורה, משלוח מנות איש לרעהו, הקב''ה שיקט משלוח מנות פאר כלל ישראל.
משלוח מנות דארף מען שיקן צוויי זאכן, גפן און דגן.
דער בני יששכר זאגט אז דגן איז בחורים, הקב''ה שיקט בחורים פאר משלוח מנות, דארף עס זיין ראי' נישט זיין פארוועלקט, פארשלאפן,
מ'קען דאך נישט יוצא זיין מיט א פארפוילטע פארוועלקטע משלוח מנות, ס'דארף זיין געזונטע לעבעדיגע ערליכע אפגעהיטענע בחורים.
און רבינו שליט"א האט פארענדיגט מיט ברכות לרוב.
ביים צווייטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק פון די מגילה "ויהי ביום השלישי ותלבש אסתר מלכות, ותעמוד לפני חצר המלך הפנימית נוכח בית המלך".
שטייט און תרגום יונתן 'וקמת וצליאת בדרת דבית מלכא גואה דמתבני לקבל בית מלכא די בירושלים' אז אסתר האט מתפלל געווען קעגן ירושלים.
שטייט פון בעלזא רב זי"ע אז זי האט מתפלל געווען קעגן מקום המקדש און דאס איז טייטש נוכח בית המלך.
קען זיין זי האט מתפלל געווען אין גלות בבל, קעגן די ביהמ"ק וואס איז שוין געווען בחורבנו, דער ישמח משה זאגט אז השי"ת האט דען געהייסן בויען די ביהמ"ק אלס א פועל ריק? אז ווען ס'ווערט חרוב איז גארנישט איבערגעבליבן חלילה? ער איז מסביר דארט באריכות מיט א משל, די תמצית איז אז עס בלייבט א רשימה קדישא פון ביידע בתי מקדשים און דאס וועט געבן די כוחות פארן דריטן ביהמ"ק זאל קענען אראפקומען דארט כלול מן השמים.
שטייט אין ייטב לב פרשת ראה, וואס איז די חילוק פון עבודה מיראה און עבודה מאהבה, אז עבודה מיראה בלייבט נישט פאר צו לאנג. עבודה מאהבה בלייבט פאר זיך פאר די קינדער. אין עצי חיים שטייט אז ווען מטוט תשובה מאהבה בלייבט עס א נצחי תשובה מיראה בלייבט נאר פאר אביסל. אבער האט דער רבי געזאגט מתוך שלא לשמה בא לשמה, אפי' ס'בלייבט נישט עבודה/תשובה מיראה פאר אייביג אבער דאך בלייבט א רשימה קדישה און ס'וועט אויפפלאמען אמאל, גדולה הסרת טבעות אז סהאט צוגעברענגט צו די אידן זאלן תשובה טוהן אבער דאס איז געווען נאר מתוך יראה ווייל די אידן האבן געזעהן אז אחשורוש האט איבערגעגעבן די רינגל פאר המן,
אבער טאקע דאס האט אסתר געוואלט ממליץ טוב זיין אויף די אידן אז אזוי ווי די חרוב'דיגע ביהמ"ק איז די עיקר די רשימה קדישה וואס בלייבט אזוי אויך אפילו סאיז טאקע נאר תשובה מתוך יראה וועט אבער בלייבן א רשימה קדישה, און צום סוף זעהט מען טאקע אז ה
דר קבלוה מאהבה. און דער רבי האט אויסגעפירט מיט ברכות קדשו אז די ישיבה יארן זאלן באגלייטן די בחורים אפילו נאכן ארויסגיין פין ישיבה און זיי זאלן מיטנעמען די ישיבה יארן אויף א גאנץ לעבן.
ביים דריטע דב"ק האט זיך דער רבי געשטעלט אויפן פסוק אינעם מגילה, ובבואו לפני המלך אמר עם הספר.
שטייט אין ברך משה ביי די מאמרים לפורים ה', כי האיש מרדכי הולך וגדול, מרדכי הצדיק האט געדארפט האבן דריי מאל די כחות קעגן די כוחות פון המן,
המן בגי' צה, דריי מאל צה באטרעפט רפה, מרדכי בגי' רעד, האט נאך אויסגעפעלט נאך 11 מכניע צו זיין די כוחות פון המן, זאגט ער "כי האיש מרדכי" איז עלף אותיות, ממילא איז מרדכי רפה האט מרדכי מכניע געווען די כוחות פון המן איז נתגבר געווארן די כוחות דריי מאל קעגן די כוחות פון המן.
מ'קען זאגן, מרדכי האט געדארפט האבן נאך 11, קען זיין די חמשה חומשי תורה איז 5, די תורה שבע"פ איז ששה סדרי משנה, צוזאמען איז 11,
מרדכי הצדיק האט עוסק געווען בתורה האט ער געהאט עלף מער.
ובבואו לפני המלך, מלך מיינט דער מלך מלכי המלכים, אמר עם הספר, "אמר" איז תורה שבע"פ, "עם הספר" איז תורה שבכתב, און די צוויי זאכן, דאס האט געמאכט לשוב מחשבתו הרע, ווייל ער האט געהאט מער כוחות און געקענט מכניע זיין המן.
דאס זאגט מען ליהודים היתה אורה, אורה זו תורה, ווייל דורך די תורה האט מען געקענט מכניע זיין די כוחות פון המן.
און דאס איז אויך פארוואס ס'האט אויסגעפעלט כפיית ההר אויף תורה שבעל פה, ווייל נאר אויף תורה שבכתב האט מען געזאגט נעשה ונשמע, יעצט ווען נאר דורך די אנדערע זעקס כוחות פין תורה שבע"פ האט מען געקענט מכניע זיין די קליפות איז הדר קבלוה מאהבה.
דער רבי האט געבעטן די בחורים מוסיף צו זיין בשעות רצופות פון ר"ח אדר ביז תענית אסתר, שטייט אין תהילים "יברך יראי השם הקטנים והגדולים" מען דארף משלב זיין די פורים קטן, מיט די פורים גדול
און דער רבי האט פארענדיגט מיט שטארקע דברי הדרכה פאר די בחורים ביים גיין נאך געלט בעצם יום הפורים, אן הוללות, נאר מיט ריינע ניגונים, זיך אויפפירן בנימוס ודרך ארץ, פאלגן די הנהלה איבער די סדר פון גיין נאך געלט,
און דער רבי האט אויסגעפירט בדברי ברכה אז מזאל האבן אן ערליכע אויסגעהאלטענע פרייליכן פורים.
נאך די לעצטע דב"ק האט מען געזינגען לעבעדיגע ניגונים און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט לכבוד היום.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א - ור"מ בישיבת מבצר התורה.
נאכן בענטשן האט דער רבי פארלאזט די זאל און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
מען האט געענדיגט ארום 7:45.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום צען אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי ווייטער אויפגענומען ביז ארום 11:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~