דאנערשטאג כי תשא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג כי תשא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"וו פאלאטשעק,
און לבן הנולד אצל ר' יואל ברח"י ווידער,
ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט' פסוק ג'.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יודא ביקעל און ר' וואלף שעהר, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברמ"י גאלדבערגער און ר' יחזקאל שרגא הירש, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
דער רבי געדאווענט מעריב ארום 10:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~