שבת קודש פרשת משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
שבת קודש פרשת משפטים
ארום 5:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' מרדכי ווידער - טאהש.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:15.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר בן הגה"צ ר' ברוך טייטלבוים שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם קייזער - ביתר.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א - וומ"ס.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' אברהם קייזער - ביתר.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק וכי יזיד איש על רעהו להרגו בערמה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון הקדש שנטמא אם פקיא מיניה שם הקדש או לא.
קה אכסוף: הרה"ח ר' דוד מאיר ווייס - ירושלים.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד מראה יחזקאל שליט"א - ב"פ.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פאר א לענגערע צייט פון זקינו מרן בעל קדושת יו"ט זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג כ"ט שבט.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' דוד משה מאנדעלבוים - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
מען האט אויפגעגעבן בונדלעך און געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב הערשל מייזליש שליט"א בן הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א - חדב"ן.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה גלאנצער - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 11:30.
~
וביום השבת
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:20.
ברכות הרה"ח ר' אליעזר ווייס.
פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל ברי"א שטיין.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלום יחזקאל ווידער - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יעקב קויפמאן שליט"א - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' אליעזר זעלצער.
לוי: הרה"ח ר' אברהם יוסף ווייזער - וומ"ס.
שלישי: החתן אשר ארי' ב"ר יושע שמואל ווידער - באווארפען.
רביעי: ר' שבתי בר"פ בראך, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' יואל ב"ר ישעי' שבתי בראך, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: ר' דוד צוויבל, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: נכד רבינו הרב זלמן טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רבי העניך אשכנזי שליט"א - חדב"ן.
מפטיר: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש.
הגבה: הרה"ח ר' יוסף קדיש ראבינאוויטש.
גלילה: הרה"ח ר' דוד מאיר ווייס - ירושלים.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן בעל קדושת יו"ט זי"ע.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד משה מאנדעלבוים - ב"פ.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 5:40.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' חיים יחזקאל ווייס - מאנטריאל.
כהן: הרה"ח ר' משה גלאנצער - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' אברהם יצחק לאנדא - וומ"ס.
שלישי: הגה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - אב"ד חמעלניק מאנסי.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יואל זאבעל.
ביי של"ס האט דער רבי
מכבד געווען מיט אודה הגה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - אב"ד חמעלניק מאנסי.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן
פסוק ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ווי דער רבי האט ארומגערעדט אז מיטן כח פון שבת קען מען אויפטוהן אין איין רגע וואס מען קען נישט אויפטוהן געווענטליך אין א לענגערע צייט,
און דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי מוסר לימי השובבים און ארויסגעברענגט אז יעצט ווען מען שטייט אין די לעצטע מינוטן פון די ימי השובבים קען מען מתקן זיין אויב מען האט נאכנישט געטוהן די ריכטיגע פעולות און קבלות,
און אז אין א שנת העיבור איז דא נאך צוויי וואכן וואס מען קען אויסניצן צו תשובה טוהן און דורך דעם זוכה זיין צו אלע השפעות טובות.
ידיד נפש: הרב הערשל אשכנזי שליט"א בן הגה"צ אב"ד סטאניסלאוו לאנדאן שליט"א - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן קויפמאן - מאנטריאל.
שושנת יעקב: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
צו תפילת מעריב איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון זקינו מרן בעל קדושת יו"ט זי"ע.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער.
א גוטע וואך.
~🌴~