פרייטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג משפטים=
ארום 5:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום "מעמד עת רצון ואמירת כל ספר תהילים",
בעל תפילה איז געווען הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 7:00 אזייגער און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל יואל שעהנברוין בבית חמיו הרה"ח ר' בנציון קליין, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול די ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר צבי גרינפעלד, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און לבן הנולד אצל ר' יעקב מארקאוויטש, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"א קויפמאן.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
א גוט שבת.
~🌴~