מוצ"ש פרשת משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מוצ"ש פרשת משפטים
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה די ישיבה אור ישראל פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, און דער רבי האט זיי ווארעם אנגעווינטשן.
ארום 11:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פארדאדייס ווי עס איז פארגעקומען די סיום פון מתמידים רץ למשנה,
עס האט אויפגעטרעטן די מגיד מישרים הר"ר לייבוש ליש,
דערנאך האבן עטליכע קינדער פארגעזינגען חרוזים
דערנאך האבן די קינדער געמאכט די סיום אויף גאנץ ששה סדרי משנה און דערנאך געזאגט די הדרן און געזינגען ווארימע ניגונים,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די מלמדים און פאר אלע קינדער און עקסטער פאר עטליכע אייניקלעך און אור אייניקלעך פון רבינו שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און ארום 12:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט די זאל.
א גוטע וואך.
~🌴~