דאנערשטאג משפטים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג משפטים=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בנין התלמוד תורה אויף די ראצפערט גאס אינאיינעם מיט די תלמידי כתה מכינה לישיבה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר נכדו הב' הבר מצוה כמר בנימין חיים בן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א - חדב"ן.
און פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יוסף שלמה מארקאוויטש.
ב"ר יואל עקשטיין.
דערנאך האט דער רבי ארויפגעדרייט די כריכות פאר נכדו.
ביים ליינען האט די בר מצוה בחור עולה געווען שלישי, און דער רבי איז געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
צום ערשט האט איינער פון די בחורים אויפגעטרעטן מיט דברי חרוזים, און דערנאך האט די בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחור און פאר אלע בחורים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים פאר די תלמידי שיעור ד' לקראת הנסיעה למקומות הקדושים קומענדיגע וואך הבעל"ט,
דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברי הדרכה ודברי הכנה פאר די בחורים ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער וויאזוי מען דארף פארן אויף מקומות הקדושים, פארן מיט א ערענסטקייט און נישט ח"ו ווי א טוריסט און זיך צו מקבל זיין קבלות טובות וכו', און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר די בחורים, דערנאך האט דער רבי געבענטשט געלט און געהייסן פארטיילן פאר די בחורים אלס שליח מצוה געלט.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 10:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שמחת קישור החיתון פון בת ר' יואל ווידער הי"ו עב"ג החתן ב"ר מענדל בער ווידער הי"ו ,ווי דער רבי האט אנגעווינטשן פארן חתן און די מחותנים.
א גוטע נאכט.
~🌴~