מאנטאג - יום ג' דחול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג - יום ג' דחול המועד סוכות=
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ג ר' יחזקאל גלאנץ שליט"א מבארדיוב וומ"ס.
לוי: הב' הבר מצוה ב"ר יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו - לאנדאן.
צו מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל יודא גוטמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון גרינפעלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
ארום 1:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין די סוכה הגדולה צום ערשטמאליגן עריכת שלחן הטהור אינאיינעם מיט הונדערטער בחורי שלומינו פון איבער גרעיטער ניו יארק אין ראם פון חבורת 'להעלות',
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט,
במשך די טיש האט מען מאריך געווען מיט שירות ותשבחות וניגוני יו"ט,
מיט די זמירות און פיוטים האט דער רבי מכבד געווען די מנהלי ישיבה קטנה פון ק"י, הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א - מנהל סניף רב טוב, הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א - ראש המנהלים, הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - מנהל סניף ייטב פנים, הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - מנהל סניף דברי חיים, הר"ר יואל אפענהיים שליט"א - מנהל סניף דרך התורה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' און צום ערשט משמיע געווען דברי דרוש לכבוד היום, דערנאך האט דער רבי א לענגערע צייט ארויסגעברענגט דעם 'אתה בחרתנו מכל העמים' ווי שטארק מען דארף זיך פרייען צו מקיים זיין א מצוה, שאקלען לולב, עסן מצה, לייגן תפילין, לערנען א בלאט גמרא, וכו', די חיות דקדושה און שמחה וואס מען דארף האבן ביים מקיים זיין א מצוה און ווי שטארק מען דארף לויבן הקב"ה אויף דעם הבוחר בעמו ישראל באהבה אז אונז האמיר די זכיה צו זיין דער עם סגולה, און חלילה נישט טוהן קיין מצוות אלץ א חיוב און זיכן זיך צו פטר'ן און צו האלטן נאכדעם נאר אדרבה זיך פרייען מיט א אמת'דיגע שמחה, ושמחתם לפני ה' אלקיכם זאל זיין א מציאות און נישט ח"ו זיכן צו אנטלויפן פון דעם גליק, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
מען האט ממשיך געווען צו זינגען און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א - מראשי התאחדות אברכים מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 3:15.
אין די נאכמיטאג שעות ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק ביים מסיבת שמחת בית השואבה לכבוד יו"ט,
דער רבי האט ארומגערעדט דברי הדרכה וחיזוק לכבוד די געהויבענע 'צווייטע טעג יו"ט', און ארויסגעברענגט די הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען באקומט פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון בני ברק, און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.
ארום 5:15 איז געקומען אויף א ביקור חג הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אב"ד נייטרא מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער פארשידענע שאלות בעניני יו"ט סוכות און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 6:30 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר די אויסלענדישע געסט.
=ליל ד' דחוה"מ=
~אושפיזא דיוסף~
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 11:00 אזייגער.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א - דומ"ץ בית מדרשינו 18טע עוו. שליט"א.
הגה"צ רבי שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'וליוסף אמר מבורכת ה' ארצו' און ארויסגעברענגט בדרך דרוש אז וויבאלד יוסף הצדיק פסק'נט אזוי ווי רבי מאיר קען הקב"ה געבן ארץ ישראל פאר כלל ישראל טראץ ארץ ישראל איז א דבר שאין לא קצבה וויבאלד ארץ ישראל איז א ארץ הצבי און עס שפרייט זיך אויס לפי הצורך,
און דער רבי האט ממשיך געווען בדברי אגדה זאגענדיג אז די סוכה האט קדושת ארץ ישראל אבער דאס מיינט נישט אז עס פעלט עפעס פון ארץ ישראל נאר די קדושה פון ארץ ישראל פארשפרייט זיך אין אלע סוכות אין די גאנצע וועלט און דאס אלעס איז בזכות פון יוסף הצדיק וואס פסק'נט אז מען קען מקנה זיין א דבר שאין לא קצבה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
~🌴~