זונטאג - יום ב' דחול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג - יום ב' דחול המועד סוכות=
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
ב"ר יוסף זאב מויזקאפף הי"ו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:05.
בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו - מאנסי.
כהן: בעל ברית הרה"ח ר' יואל בר"ב גלאנץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו - מאנסי.
שלישי: הר"ר נפתלי לעבאוויטש שליט"א - וומ"ס.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב.
גלילה: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א - מ'חמעלניק מאנסי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ב גלאנץ הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 12:45.
ארום 6:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד בית אלעזר בשכונת ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די שמחת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט און דערנאך מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א - רב הביהמ"ד צו טאנצן מיטן ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00 אזייגער בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
=ליל ג' דחוה"מ=
~אושפיזא דאהרן כהנא קדישא~
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 7:20 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 10:35.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א,
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הרה"ג ר' משולם נתן שפיגעל שליט"א - אב"ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי.
הרה"ג ר' אליעזר מרדכי סופר שליט"א - רב דקהלתינו הק' לינדען.
הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בראשית ברא אלקים' אויף וואס דער אגרא דכלה זאגט אז בראשית איז ר"ת ר'צה א'לקים ב'סוכות ת'שבו ש'בעת י'מים, און דער רבי האט ארויסגעברענגט די כח פון קוקן אויף א צדיק אז דאס איז משפיע אויף א מענטש להחזירו למוטב און דאס איז 'לכל האותות והמופתים אשר עשה משה "לעיני" כל ישראל' אז משה רבינו האט משפיע געווען מופתים פאר אידישע קינדער דורך 'לעיני כל ישראל' אז אידן האבן געקוקט אויף משה רבינו האט דאס זיי מחזיר געווען לתשובה, און די זעלבע אהרן הכהן האט משפיע געווען קדושה מיטן אנצידן די מנורה און ווען אידישע קינדער האבן געקוקט אויף די מנורה האט דאס אריינגעברענגט א קדושה אין יעדעם איינעם, און דער רבי האט געזאגט אז די סוכה האט אויך דעם כח און ווען מען זיצט אין די סוכה און מען קוקט אויף די סוכה איז דאס משפיע קדושה אויף א גאנץ יאר, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ברכת המזון: הרה"ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' לעיקוואד.
נאכן בענטשן האט מען ממשיך געווען בשירה וזמרה ווי דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 12:15.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען ריקודי קודש דורך חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים לכבוד שמחת בית השואבה,
דער רבי איז ארויף אויפן בימת הכבוד און געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און זיך צוגעקוקט צו די ריקודים פאר א לענגערע צייט,
ארום 1:10 האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~