דינסטאג - יום ד' דחול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג - יום ד' דחול המועד סוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן ליכט לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית רחל ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הר"ר יצחק דוד יאקאב שליט"א - ירושלים.
כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ק"י ומו"ץ בקהלתינו הק'.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: נכד רבינו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
גלילה: הרב שמעון טייטלבוים שליט"א נכד הגה"צ רב דבית מדרשינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב עקיבא וויינשטאק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:50.
~🌴~