שבת קודש פרשת נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת נצו"י=
ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל ישיבה לצעירים וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 9:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה לצעירים וומ"ס.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א.
פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און פארציילט א מעשה פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע וואס האט געזאגט אז טראץ וואס ער דאווענט שפעט דאווענט ער שוין אבער צופרי אז ער זאל קענען דאווענען, און דאס איז אונזער תפקיד און די יעצטיגע טעג צו דאווענען און מאכן א הכנה אז מען זאל קענען דאווענען כראוי ראש השנה, און דאס קען מען סיי מיט תפילה און סיי מיט לימוד התורה וואס דאס אלעס הייסט דאווענען צו קענען דאווענען.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א - רב דביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' ב"פ, בן הגה"צ רב דקהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו - וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק אתם נצבים היום און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו.
קה אכסוף: הר"ר אליעזר הערש הורוויץ שליט"א - וומ"ס, בן הגה"צ רב דקהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א.
ברכת המזון: הגה"צ רב דקהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א .
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי מיכל'ע מזלאטשוב זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק כ"ה אלול.
קה רבון עלם: הר"ר הערשל טעללער שליט"א - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 12:05.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר אהרן קויפמאן שליט"א - מאנטריאל.
כהן: הרה"ח ר' ישראל לייב כהן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' דוד יערמיאש הי"ו.
שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א.
רביעי: החתן ב"ר יוסף דערמער הי"ו.
חמישי: החתן ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' זלמן לייב ברש"מ פריעדמאן הי"ו.
ר' יושע ברנ"ה פריעדמאן הי"ו.
ר' משה הלל ברמ"ד עסטרייכער הי"ו.
ר' חיים הערש ברי"ל מארקאוויטש הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו.
אחרון: ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף דערמער הי"ו - מאנסי.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:25.
נאכמיטאג ארום 6:30 איז דער רבי אראפגעקומען אינטן אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי די קאפעליע האט פארגעזינגען די נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לקראת די ימים נוראים הבעל"ט,
דער רבי האט זיך צוגעהערט צו די ניגונים און אנגעוואונטשן אז מען זאל קענען מרומם זיין די כבוד פון הקב"ה.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 7:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל גרינפעלד הי"ו - מאנסי.
כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א, חתן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
לוי: ר' חיים מענדל פריעדמאן הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' פישל שאפפער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אתם נצבים היום און ארויסגעברענגט אז טראץ וואס מען איז נישט ראוי צו תשובה טוהן טוט הקב"ה ברוב חסדיו מעורר זיין כלל ישראל צו תשובה דורך קוקן אויף כלל ישראל אזוי ווי דער הייליגער תפארת שלמה זי"ע טייטשט 'טוב עין הוא יבורך' אז דורך דעם וואס הקב"ה קוקט אויף כלל ישראל ווערט מען געבענטשט בכל מילי דמיטב, און דער רבי האט מאריך געווען מיט דברי התעוררות בעניני תשובה און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב אז הקב"ה זאל שוין קוקן אויף כלל ישראל און זען די אלע צרות און יסורים וואס מען איז אדורך די יאר און עס זאל שוין זיין 'תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה' בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ רב דקהלתינו הק' מאנטשעסטער שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 9:30.
א גוטע וואך.
~🌴~