פרייטאג נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג נצו"י=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמעון עוזר מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר אפרים יצחק אדלער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה קטנה סניף דרכי התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר שאול פערלשטיין שליט"א,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים אין מסכת פסחים און דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים ספרו לב אהרן חידושי סוגיות - ראש השנה סוכה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~