זונטאג האזינו
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג האזינו=
~א' סליחות~
אום 5:18 איז דער רבי אריינגעקומען צו סליחות אין ביהמ"ד הגדול מעוטף מיטן טלית און קאפל פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, געברענגט דורך הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות,
דער רבי האט פארגעזאגט אין א סליחות פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
מען האט געענדיגט ארום 6:20,
דערנאך איז פארגעקומען די 'מעמד תפילה ובקשת רחמים' בפקודת רבינו שליט"א ווי מען האט אינאיינעם געזאגט קאפיטלעך תהילים איינצורייסן און מעורר זיין רחמי שמים צו מבטל זיין די ביטערע גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק,
בעל תפילה איז געווען הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ ורב דביהמ"ד ברך משה וומ"ס ומרבני וועד משמרת חומותיך ירושלים,
מען האט געזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי און דערנאך געזאגט די יהי רצון בהתעוררות רב, מען האט געענדיגט ארום 6:40, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
דער רבי איז אריינגעקומען צו שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:45.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק ב"ר מנלי שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר מנחם יושע בערקאוויטש שליט"א, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
ב"ר יואל גראס הי"ו.
ב"ר יונתן בנימין קטינא הי"ו.
ב"ר יחזקאל לאנדא הי"ו.
ב"ר משה יודא גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר מאיר משה לעבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין שטוב פון משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - לרפו"ש אויף א ביקור חולים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 10:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10, און מעריב ארום 10:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~