דאנערשטאג נצו"י
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג נצו"י=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יקותיאל זלמן שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר קלמן אליעזר בבור הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און געזאגט פיפצן קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדר הפרטי, אויך זענען אריין די בחורים המצטיינים וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ מסכת בבא מציעא און דער רבי האט פארטיילט א י"ב חלה און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאך א קורצע צייט איז דער רבי צוריק אריין אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט פארגעלערענט די ניינטע און לעצטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה, און דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הכנה לקראת די ימי הרחמים והרצון און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
זמני כניסה איז געווען פון 6:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים אליעזר ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה שמחה קויפמאן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה האט רבינו שליט"א משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי ברכה דורך א הוקאפ פאר אנ"ש תושבי מאנטריאל ביים 'אסיפת אנ"ש' וועלכע איז פארגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול אין מאנטריאל,
עס האט צום ערשט אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א מיט א לענגערע דרשה בשליחות מרן רבינו שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק און ארויסגעברענגט אז מען גרייט זיך צו עפענען א ת"ת אויף דעם קומענדיגן ווינטער הבעל"ט דארף מען זיך זען צו האלטן צו די תקנות פון מייסד קהלתינו ומוסדותינו הק' מרן רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אזוי אז די מוסדות זאל זיין א שטאלץ פאר מאנטריאל אזוי ווי בית מדרשינו הגדול וואס איז א שטאלץ און א פראכט פאר די גאנצע שטאט, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די עסקנים וועלכע שטייען בראש און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~