פרייטאג ראה - כ''ו אב יומא דהילולא קדישא פון רביה''ק זצוקללה''ה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג ראה - כ''ו אב יומא דהילולא קדישא פון רביה''ק זצוקללה''ה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב טעלער הי"ו - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית אין ישיבה על קברו ונקראת על שמו - ישיבה גדולה סניף דברי יואל, סמוך ונראה צום ציון המצוינת קודש הקדשים פון רביה"ק זצוקללה"ה ווי עס האבן מיטגעדאוונט מיטן רבי'ן הונדערטער בעלי בתים, אברכים, ובחורי חמד ווי אויך פילצאליגע געסט פון איבער די גארער וועלט,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אשר צבי יואל גאנץ הי"ו.
ב"ר עזריאל שעהר הי"ו.
ב"ר חיים הערש גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר אהרן זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר יואל רעטעק הי"ו.
ב"ר יוסף יושע גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יושע בערלשטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן ליכט לע''נ רביה''ק זי''ע,
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה לע''נ רבינו הק' זי''ע, און פארגעדאווענט בהתעורורות רב,
נאך שחרית האט זיך דער רבי באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו 15טע עוו. שליט"א און אנגעוואונטשן לרגל די שמחת הפדיון הבן פון א אייניקל וואס איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט אין ב"פ.
נאך עטליכע מינוט ארום 11:55 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צום מסיבת לחיים לפני עלי' לציון,
דער רבי האט צום ערשט געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא און געזאגט קדיש,
מען האט געזונגען ניגוני התעוררות ודביקות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט אז ביי מתן תורה האט משה רבינו באקומען די כח פון צדיק גוזר והקב"ה מקיים און דאס איז נמשך געווארן ביי אלע שפעטערדיגע צדיקים און מיט דעם כח קען רביה"ק בעל הילולא זי"ע משפיע זיין כל טוב פאר יעדעם איינעם, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ווארעמע ברכת קודש פארן גאנצן ציבור.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:15 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון פון רביה"ק זי"ע אינאיינעם מיט פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו,
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה,
דער רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' און געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט, דער רבי האט געזאגט די תפילה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זי"ע און די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז בהתעוררות רב און געזאגט די יהי רצון און קדיש, דערנאך האט דער רבי געלערענט משניות און געזאגט קדיש דרבנן,
דערנאך האט דער רבי געליינט די קוויטלעך פאר א לענגערע צייט, בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רביה"ק בעל ההילולא זי"ע, דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
"זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל"
א גוט שבת.
~🌴~