שבת קודש פרשת ראה - מבה"ח אלול
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת ראה - מבה"ח אלול=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן אלימלך ב"ר יואל ברמ"ד ווידער הי"ו און החתן נפתלי ב"ר אהרן זאב פאלאטשעק הי"ו.
ארום 8:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט קדיש לרגל די יומדה''ק.
קבלת שבת: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' גאנדעל הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען האדמו"ר מליטשיק ירושלים שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרב נחמן כהנא שליט"א - ב"ב.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון הודאות בעל דין.
קה אכסוף: הר"ר מרדכי יאזשעף שליט"א - ב"ב.
ברכת המזון: הרה"ג ר' מנחם צבי גאטליעב שליט"א - אב"ד ניאמץ.
דערנאך האט דער רבי דערציילט פארשידענע אינטערסאנטע פערזענליכע זכרונות פון די סוגיא פארלערנען'ס און טישן ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, לרגל די יומדה"ק וואס איז געפאלן פרייטאג כ"ו אב.
קה רבון עלם: הגה"צ רבי אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א - אבד"ק רודניק לאס אנדזשעלעס / לעיקוואד.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:00 אזייגער.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א - מראשי ישיבה גדולה שיעור ד'.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' אנטווערפען.
כהן: הרב נחמן כהנא שליט"א.
לוי: הר"ר מרדכי יאזשעף שליט"א.
שלישי: הגה"צ אבד"ק רודניק שליט"א.
רביעי: החתן נפתלי ב"ר אהרן זאב פאלאטשעק הי"ו - באווארפען.
חמישי: החתן שמעון זאב ב"ר יואל בריעף הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' יואל ברא"י מערץ הי"ו.
ר' שלמה יעקב ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
ר' ליפא ווינער הי"ו.
הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א.
ר' יואל ברא"ש סאנדעל הי"ו.
ר' אברהם אלי' ב"ר יואל ברמ"ז פריעדריך הי"ו.
ר' יעקב ברש"ז ווייס הי"ו.
שביעי: החתן אלימלך ב"ר יואל ווידער הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן שמואל דוד בהר"ר שרגא גאנדעל שליט"א - באווארפען.
החתן שמעון ישראל ב"ר וואלף ברוך ווערצבערגער הי"ו - באווארפען.
החתן אשר לעמיל ב"ר אברהם שמואל גאנדעל הי"ו.
החתן אהרן ב"ר שלמה הערש פעלדמאן הי"ו.
אחרון: החתן שמואל בנימין בהר"ר מאיר זאב שטערן שליט"א.
מפטיר: הגה"צ ר' משה מאיר בריעף שליט"א - אב"ד איבראן.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק לייב פייערווערקער הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שווארטץ הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' משה חיים ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודא מענדלאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון בר"א וויינבערגער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
מען האט געענדיגט ארום 12:55.
ארום 6:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ו' משנה ד', כך היא דרכה של תורה פת במלח תאכל וכו' ואם אתה עשה כן אשריך וטוב לך,
דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף 16 מהלכים בדרך דרוש ואגדה, און פארענדיגט בדברי מוסר לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, און מסיים געווען בברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 7:40 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יצחק מערץ הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' עוזר פריעד הי"ו - אנטווערפען.
לוי: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' מאנטריאל.
שלישי: הרב משה דוד גרינוואלד שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש גאנדעל הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה און ארויסגעברענגט אז מיט די כח פון אמונה אין הקב"ה ווערט מען מקושר מיט די אילנא דחיי פון הקב"ה במילא ניצט תשובה און מען זאגט נישט אז נראה ונדחה אינו חוזר ונראה וויבאלד א בעל חי ווערט נישט נדחה,
און דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי מוסר והתעוררות לקראת חדשי אלול ותשרי הבעל"ט און שטארק מעורר געווען אז מען דארף זען אויסצוניצן די חדשים אויף תשובה ותיקון המעשים.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו - מאנטריאל.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אלי' שאול כ"ץ הי"ו - ב"פ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן אשר לעמיל ב"ר אברהם שמואל גאנדעל הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:20.
ארום 12:00 אזייגער זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש תלמידי שיעור ב' פון ישיבה קטנה סניף זרע קודש אינאיינעם מיטן מגיד שיעור נכד רבינו הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב, ווי זיי האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף צענדליגע בלעטער גפ"ת פון מסכת בבא קמא,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך פארטיילט פאר אלע בחורים ספרו לב אהרן - סוגיות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר די בחורים און פארן מנהל הישיבה הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען א מעמד התמנות ווי קהלתינו הק' האט אויפגענומען צוויי פרישע מורי צדק לשרת בקודש וועלכע וועלן שטיין גרייט צו ענטפערן שאלות פאר די טויזענטער תושבי ק"י, תלמידי חכמים מופלגים ומרביצי תורה ה"ה הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א און הרה"ג ר' מרדכי הירש שליט"א,
עס זענען אנוועזנד געווען ראשי קהלתינו הק' און די משפחות פון די נייע דיינים,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו - מארה"ק,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נייע דיינים ובני משפחתם,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי הדרכה פאר די דיינים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב.
דערנאך איז פארגעקומען די קריאת התנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' נפתלי מארקאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' דוד גאלדשטיין הי"ו - וומ"ס,
דער רבי האט געליינט די תנאים און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים ק"י אריינגעטראגן פאר רבינו שליט"א ספר הק' נועם אלימלך וועלכע איז געווארן איבערגעטייטשט אויף אידיש לתועלת פון פילע טויזענטער אידן,
דער רבי האט עס איבערגעקוקט פאר א לענגערע צייט און אויסגעדריקט זיין התפעלות פון די ארבעט וואס איז אריין אין דעם און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און עקסטער אנגעוואונטשן פארן פטרון הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער הי"ו.
א גוטע וואך.
~🌴~