דאנערשטאג ראה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג ראה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אליעזר טעללער הי"ו.
ב"ר יושע חיים גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר אברהם פאלקאוויטש הי"ו.
ב"ר יעקב שמעון קליינמאן הי"ו.
ב"ר אהרן אליעזר רובינפעלד הי"ו.
ב"ר בנימין הירש הי"ו.
ב"ר יואל שטעסל הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק כ"ח.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
"כ"ו אב - יומדה"ק פון אבינו רועינו רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע"
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:00 אזייגער,
דער רבי האט געצינדן לעכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יומא דהילולא קדישא.
נאך מעריב האט זיך דער רבי געוואשן און מעריך געווען דעם שלחן הטהור וסעודת הילולא, נאכן זיך וואשן האט דער רבי געמאכט די סיום הש"ס וששה סדרי משנה געלערענט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט קדיש,
נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל' , דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים, במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגעין וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רביה"ק בעל ההילולא,
מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ רבי חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א מהוניאד,
ארום 10:30 האט דער רבי אנגעהויבן די צענטראלע דב"ק ודברי הדרכה במשנתו פונעם בעל הילולא זי"ע, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און ארומגערעדט א לענגערע צייט במשנתו פונעם בעל הילולא און צווישן אנדערע נאכגעזאגט פון חז"ל אז א יארצייט פון א צדיק איז אזוי ווי א הילולא - א חתונה, ביי א חתונה גיבט מען דרשה געשאנק אזוי אויך גיבט הקב"ה דרשה געשאנק פאר צדיקים צו קענען משפיע זיין ביומא דהילולם בני חי' ומזוני פאר זייערע תלמידים,
און דער רבי האט ממשיך געווען ארויסברענגענדיג א לענגערע צייט די גרויסקייט פונעם בעל הילולא אין אלע הינזיכטן, מרביץ תורה געווען פאר טויזענטער תלמידים, זיין עבודת התפילה, זיינע גרויסע צדקות ליחיד ולרבים, אויפגעשטעלט איבעראל מוסדות התורה פאר חינוך הבנים והבנות, ישיבות, קעמפס, מקואות, אלעס מיט א ציל מרים צו זיין כבוד שמים, מלחמה געהאלטן מיט די נגע הציונית בכל פרטיה מיט התבדלות נישט צו נהנה זיין קיין כל שהוא פון זייערע געלטער פאר די מוסדות התורה און אויפגעשטעלט די מוסד הק' קרן הצלה להחזקת מוסדות התורה בארה"ק, זיינע ווארימע דרשות צו משמיע זיין דברים חוצבים ודברי מוסר והדרכה, געווען א אב הרחמים פאר יעדע לב נשבר און אסאך מתפלל געווען פאר צרות ישראל, זיינע פילע פעולות בעניני צניעות, סיי מיט די מלבושים און סיי בנוגע ביי-האר און די פריצות'דיגע שייטלען און זאקן, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די עסקנים אין ק"י וועלכע האבן אהערגעשטעלט ספעציעלע מלבושי צניעות פאר די תלמידות בית רחל, און געזאגט אז יעצט איז די צייט זיך צו מקבל זיין קבלת טובות הן בעניני צניעות און הן בעניני טעכנעלאגיע ווי רבים חללים הפילו,
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט די פעולות פון רביה"ק זי"ע אויפצושטעלן די שטאט קרית יואל, און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די תושבי קרית יואל מיט אלע אירע שכונות און געגענטער זיך צו פירן בדרכיו בעניני השקפה ובשיטתו הק' און ווער עס קען זיך נישט צושטעלן צו דעם סיי א יחיד און סיי א רבים האט נישט וואס צו זיכן אין ק"י און זאל גיין וואוינען ערגעץ אנדערש,
אזוי אויך ליגט א פליכט אויף אנשי שלומינו ממשיך צו זיין די מלחמה מיט די רעין הציוני וואס איז געשטעלט מהרס צו זיין אידישקייט און בפרט איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות וואס דאס איז א גזירה פון העברה על הדת, ברוך השם אז עס איז יעצט דא א שטארקע התעוררות אין די גאנצע אידישע גאס און מען האפט אז עס זאל זיך נישט אפקילן די התנגדות, אונז זעמיר מחזק די בני ישיבות מריחוק מקום "חזקו ואמצו ה' עמכם" און חלילה צו מאכן פשרות אין דעם ענין, און יעצט איז די צייט מעורר צו זיין כלל ישראל וואס אין כוחינו אלא בפה און מען זאל זיך צוזאמנעמען מתפלל צו זיין אינאיינעם להעביר רוע הגזירה אי"ה דעם קומענדיגן א' נצבים וילך הבעל"ט, און מען בעט פון אלע מנהיגים פון אלע קהילות קדושות אין אמעריקע מען זאל זיך צושטעלן צו דעם יום תפילה און דאס וועט זיין א שטארקע חיזוק פאר תושבי ארה"ק, און הקב"ה וועט זיכער צוהערן אונזערע תפילות און מבטל זיין די ביטערע גזירה,
אזוי אויך איבער די ביטערע גזירת החינוך אין ניו יארק ווי עס איז מקיום געווארן די מאמר חז"ל 'אם גבירה לוקה שפחה לא כ"ש' און אי"ה ביי די יום תפילה וועט מען אויך מתפלל זיין אויף די גזירה, און מען בעט פון אלע עסקנים וואס זענען עוסק אין דעם זאלן האלטן פאר די אויגן אז מען טאר נישט מאכן קיין פשרות בנוגע די חינוך! נאר מען דארף קעמפן בעוז ובגבורה און הקב"ה וועט שוין העלפן,
דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז רביה"ק בעל הילולא זי"ע האט אונז איבערגעלאזט דריי ירושות, די ערשטע חלק איז זיינע הייליגע ספרים בכל מקצועות התורה, חידושים, דרושים, ביאורים אויף השקפה ודיעות פאר יעדעם איינעם,
די צווייטע חלק איז די מוסדות התורה בכל אתר ואתר און בפרט די ישיבה גדולה וואס די רצון פון רביה"ק זי"ע איז געווען ארויסצוברענגען קיין ק"י און ברוך השם אז די גוטע פירות וואס די ישיבה גיבט ארויס איז א דבר ידוע לכל, און פארדעם איז זייער שווער די קשיא אויף די מענטשן וואס מיינען אז זיי זענען קלוגער און שיקן אוועק די בחורים צו אזויגעריפענע גוטע ישיבות וואס צום סוף קומט מען אן קיין ארץ ישראל וואס די הפקירות דארט איז אין לשער און עס מאכט אן א חורבן און מען איז מפקיר די קינדער, ואיזהי חכם הרואה את הנולד און שיקט די קינדער נאר און אונזערע ישיבות וואס עס איז צוגעשטעלט א גוטע מסגרת פאר אלע יארגענג,
די דריטע חלק איז די הייליגע שטאט קרית יואל וואס רביה"ק זי"ע האט אויפגעשטעלט מיט אסאך יגיעה און עס וואוינען שוין היינט צוטאגס אין ק"י אריבער אכט טויזענט משפחות כ"י! וואס רובם ככולם פירן זיך אויף ווי עס פאסט און ברענגען אים א נחת רוח,
חבלים נפלי ל"י בנעימים שוין פערציג יאר וואס כ'האב ב"ה די זכי' מרים צו זיין כבוד תורה אין ק"י בכל ענינים, קביעות עתים לתורה, חינוך הבנים והבנות בכמות ובאיכות, די כח התפילה, און נאך פילע ענינים, 'זה ל"י ארבעים שנה' וואס כ'בין א שליח פונעם טאטן ז"ל צו שטיין על המשמר און כ'בין זיכער אז רביה"ק בעל הילולא זי"ע וועט מיר מכיר טובה זיין אויף די כוחות און די ארבעט להגדיל תורה ולהאדירה כרצונו הק', און פאר די אלע וואס פרובירן צו צוברעכן די כח הקדושה אין שטאט ווילן מיר זאגן אז זיי וועלן נישט מצליח זיין וזכותו הגדול יגן עלינו עס זאל בלייבן א הייליגע און ערליכע שטאט עד ביאת הגואל,
א חלק פון די שמירה אויף די שטאט איז די מצב פון קויפן א דירה אדער דינגען א דירה, דער פעטער ז"ל בשעתו האט געהאט א געוואלדיגע הקפדה אויף יחידים אז זיי זאלן נישט קויפן קרקעות ארום קרית יואל מכמה טעמים, עס איז פשוט אז ער האט פארשטאנען אז האנדלען מיט קרקעות וועט צום סוף ברענגען אז די פרייזן וועט שטייגן, סיי פון די קרקעות און סיי פון די דירות, עס טוט וויי, ס'דא יחידים וואס האבן געהויבן די פרייז פון די קרקעות מאוד מאוד, און די וואס בויען די הייזער האבן געהויבן די פרייזן כפי רצונם, ומי יאמר לו מה תעשה, אין די לעצטע דריי יאר איז מורא'דיג געשטיגן די פרייז פון דירות, פארשטענדליך אז דינגען א דירה שטייגט אויך, וויל איך זאגן, דאס איז בניגוד צום רצון פונעם מייסד העיר קרית יואל, און אן עולה נוראה צו תושבי קרית יואל,
די לעצטע חדשים האב איך מיר אריין געלייגט צו פארשטיין וויפיל עס קאסט צו בויען א דירה, אסאך ארום גערעדט מיט די בויערס, זיי האבן מיר אויסגעזאגט די אמת, די פרייז היינט צוטאג שעמט מען זיך נישט צו בעטן 600 דאלער א סקווער פוס, כ'ווייס אז מיטן פארקויפן פאר 300 א סקווער פיס מאכט מען אסאך געלט! מ'איז בארעכטיגט צו מאכן געלט פאר די געלט כח און ארבעט וואס מ'לייגט אריין, אבער עס דארף האבן א גבול, מ'טאר נישט מייקר זיין די שער, נישט פון קרקעות, און נישט פון א דירה,
וויל איך זאגן דא ברבים אז די הנהלה פון קרית יואל וועט מער נישט געבן קיין פערמיטן פאר איינער וואס נעמט נישט אן די תקנה נישט צו בעטן מער ווי 300 א סקווער פיס! ס'דא בויערס וואס האבן שוין אנגענומען די תקנה, און איך וויל זיי זאגן ברבים יישר כחכם, איר וועט האבן הצלחה, און מאכן אסאך געלט,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט בשבח פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו וועלכע האט אויפגעבויעט שכונת ויואל משה ווי עס וואוינען שוין היינט קרוב צו טויזענט משפחות און חוץ וואס ביי די ערשטע חלק דירות האט ער זיך געהאלט צום ערשטן פרייז און נישט געהויבן די פרייזן ביים ענדיגן אזוי ווי אנדערע טוהן, האט ער מרצונו הטוב לתועלת אלפי תושבי העיר כאטש ער האט שוין די פערמיטן נעמט ער זיך אונטער צו בעטן נאר 300 א ס"פ ביי די קומענדיגע פאזעס בתנאי איינער קויפט עס פאר זיך צו וואוינען, און נישט פאר מסחר, און אויך בתנאי אז ער האט נאכנישט קיין אייגענע דירה, איינער וואס האט שוין א קליינע הויז און וויל עס פארקויפן וועט נאר קענען קויפן פאר די פרייז בתנאי אז ער פארקויפט זיין ערשטע הויז פאר 300 א ס"פ, ווער ס'ווייסט די פרייזן פון די דירות אין גאס קען באגרייפן פון וויפיל מיליאנען מ'רעדט דא, טויזענט דירות! דער פעטער ז"ל וועט אים באצאלן כמעשהו הטוב, און פארדינען אויף אנדערע מסחרים בכפלים!
חוץ מזה וועט די הנהלה פון קרית יואל פארקויפן די שטחים אויף קארלסבורג וואס באלאנגט פאר די הנהלת הקריה פאר ווער עס איז גרייט צו בויען דירות פאר 300 א ס"פ, מ'קען דארט בויען 1000 דירות, דאס מיינט 1000 דירות אויף איין זייט קרית יואל, און נאך 1000 די צווייטע זייט, סך הכל 2000, אויסער די אנדערע בויערס וואס שטעלן זיך צו צו די תקנת העיר,
אזוי אויך די הנהלת העיר איז עוסק מוסיף צו זיין פרישע שטחים צום שטאט, ווער ס'האט קרקעות קען זיך מצרף זיין צו קרית יואל, אבער נאר בתנאי ער וועט בעטן א ביליגע פרייז פאר די דירות, די קרקעות ווערן סאך מער ווערד ווען עס קומט אריין אינעם ווילעדזש וויבאלד די דרויסנדע געגנטער לאזן נישט בויען, במילא איז רעכט אז די ציבור זאל נהנה זיין און נישט אז א יחיד זאל נתעשר ווערן אויפן חשבון פון תושבי ק"י, עס איז דא א וועד בעלי בתים נכבדים וואס זענען עוסק בנאמנות אין די ענינים, ווער עס וויל מ'זאל אים איינשליסן זאל זיך ווענדן און פארהאנדלען מיטן וועד בעלי בתים,
החכם עיניו בראשו נישט פארכאפט צו ווערן אין א בהלה, אפילו ווען מען קויפט פון א יחיד זאל מען נישט איבערצאלן מער ווי 300 א ס"פ, ס'וועט בעז"ה זיין דירות לרוב די והותר,
און דער רבי האט מסיים געווען זאגענדיג אז אזוי ווי ביי אנדערע ימים טובים האט מען איינגעפירט צו לערנען א חסידיש ספר זיך צו צוגרייטן צום יו"ט, די זעלבע יעצט לכבוד די קומענדיגע ימים טובים הבעל"ט וועט מען בעז"ה לערנען ספר בני יששכר די מאמרים אויף חודש תשרי אלץ א ריכטיגס הכנה צו די גרויסע טעג, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דברות קודש האט רבינו שליט"א געבענטשט על הכוס,
מען האט געענדיגט ארום 11:40.
~🌴~