זונטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
זונטאג שמות
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' יואל ברא''ה בערקאוויטש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
ב"ר ישראל יצחק לוסטיגמאן.
ב"ר יואל יאקאבאוויטש.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ו' פסוק ט'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יצחק בערנאטה און ר' יעקב מאיר ווייס, אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' מענדל הירש און ר' אברהם אויש, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 11:25 אויפדערנאכט.
ארום 10:25 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יונה ווייס און ר' שאול נח ניימאן,
און פון די מחותנים ר' ישראל אהרן כ"ץ און ר' יואל יעקב מרדכי טייטלבוים,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.
א גוטע נאכט.
~🌴~