מאנטאג שמות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מאנטאג שמות
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד לר' נפתלי הירצקא שווארץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר דוד מאיר ווייס.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ח' פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט עוסק געווען בלימודו בחדרו הפרטי.
ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל קליין און ר' בעריש שטערן, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:25 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' שמואל שעהנברוין און ר' אברהם יושע גפן, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
נאך מעריב האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צו מפאר זיין ביי די שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זי"ע החתן בן הרב חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד קהלתינו ב"פ שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול באבוב אין בארא פארק.
ביים אנקומען אין בארא פארק האט זיך דער רבי צום ערשט משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות פון א אייניקל פון הרבני הנגיד ר' אברהם יושע לעוו נכד בעל עצי חיים זי"ע, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן מחותנים און די זיידעס.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יעקב בראנער ווי ער האט אפגעקויפט א זכות אין די מקוה טהרה אין ק"י, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות און דערנאך געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' חיים יודא לעפקאוויטש ווי ער האט אפגעקויפט די זכות פון די 'שם הבנין' פון די מקוה טהרה החדש אין ק"י פאר די אסטראנאמישע סומע פון דריי מיליאן דאלער!, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און דערנאך געמאכט א לחיים ווי עס האט זיך פארצויגען א לענגערע שמועס, און דערנאך האט דער רבי גאר ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
ארום 11:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול באבוב צום שמחת החתונה,
צום ערשט האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און פאר כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, און פאר די מחותנים און די גרויסע זיידעס,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ מיטן חתן און עקסטער מיט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, און דערנאך געטאנצן אין א מחול לצדיקים מיט די מחותנים און די גרויסע זיידעס.
דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ארויסבאגלייט רבינו שליט"א ביזן גאס ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס,
און דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.
א גוטע נאכט.
~🌴~