מוצ"ש פרשת ויחי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מוצ"ש פרשת ויחי
ארום 10:30 איז רבינו שליט"א אנגעקומען צום דינער ומעמד 'חגיגת חמשה עשר' פון כוללינו 'כולל ברך משה' אין מאנסי, וואס איז פארגעקומען אינעם אטריום זאל אין מאנסי.
עס האט אויפגעטרעטן ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש - יו"ר,
די ראש הכולל הרה"ג ר' אהרן איזראעל שליט"א, און הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, ווי דער רבי האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון זיין א מחזיק תורה, און אז יעקב אבינו האט אנגעווינטשן 'ישמך אלקים כאפרים וכמנשה' אז מען זאל זיין ביידע בחינות סיי פון אפרים וואס דאס איז א לומד תורה און סיי פון מנשה וואס דאס איז א מחזיק תורה,
און דער רבי האט ארויסגעברענגט די שבח אז די ציבור אין מאנסי זענען סיי לומדי תורה און סיי מחזיקי תורה, און ארומגערעדט מיט לענגערע דברי שבח אויפן כולל,
און דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט און געזאגט אז עס איז דא צוויי מאנסי'ס, ס'דא א געהויבענע מאנסי אין ס'דא א שוואכע מאנסי, "אונזער קהילה איז ב"ה פון די געהויבענע חלק",
און דער רבי האט געבעטן פון די הנהלת המוסדות אין מאנסי צו מאכן א אסיפות ההורים פאר אלע עלטערן פון די תלמידי מוסדותינו הק' זיך דורכצושמועסן וויאזוי זיך אויפצופירן אזוי ווי די בעסערע חלק פון מאנסי, און דער רבי האט געזאגט אז די מוסדות זאל זיך האלטן שטארק נאר אנצונעמען די קינדער פון די חלק וואס ברענגט כבוד פארן קהילה,
און דער רבי האט אנגעווינטשן אז השי"ת זאל העלפן חפץ ה' בידנו יצליח לרומם קרן קהלתינו ומוסדותינו הק', און אזוי ווי די ביהמ"ד איז שוין ענג און די כולל דארף שוין אן עקסטערע בנין זאל דער אייבערשטער העלפן אז מען זאל עס קענען אויפבויען בקרוב,
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט שטארקע דברי ברכה פארן אלע נדיבים און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעווינטשן פארן גאנצן ציבור.
און דערנאך אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר די נדיבים בעם און פאר די עסקנים, און ארום 11:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטן טאג.
~🌴~