פרייטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג חקת=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים שלמה פארקאש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בנין הת"ת 'בנין הירש ג"ב לאנדא' אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר יואל שפיטצער שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
ב"ר ישראל יעקב ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע בחורים און מרביצי תורה,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'על כן יאמרו הגוים באו חשבון' און ארויסגעברענגט אז די איינציגסטע וועג בייצוקומען דעם יצר הרע איז נאר מיט די תורה הקדושה, און געזאגט אז אין די יעצטיגע וואכן איז די צייט צו מאכן די חשבון און צו חזר'ן די בלעטער פון מסכת קידושין מען זאל קענען סוף יאר מסיים זיין די גאנצע מסכת, און ממשיך געווען בדברי הדרכה און מסיים געווען בברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~