שבת קודש פרשת חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת חקת=
פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מרדכי חנה ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו.
החתן משה ב"ר יחזקאל כ"ץ הי"ו.
החתן משולם איסר ב"ר יחזקאל וויינגארטן הי"ו.
ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר נתנאל מנחם דייטש שליט"א - אב"ד פאטא.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פארן 'כולל למציונים' שע"י קהלתינו הק' בירושלים עיה"ק.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' חיים ישעי' ווייס הי"ו - לעיקוואד.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו - מאנטשעסטער.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק זאת חקת התורה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יואל פרענקל הי"ו - לאנדאן.
ברכת המזון: הרה"ג ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד תפילה למשה ב"פ.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים צום ערשט א מעשה פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זי"ע בשייכות צו די פרשת השבוע און דערנאך פון הרה"ק העטרת צבי מזידוטשוב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם מיטוואך י"א תמוז.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד דינוב ק"י ומו"ץ בקהלתינו הק'.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:40.
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' יוסף לייפער שליט"א מבארדיטשוב נדבורנא.
כהן: הרה"ח ר' שמואל בנימין לאנדא הי"ו - וומ"ס.
לוי: החתן מרדכי אפרים פישל ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו.
שלישי: החתן זלמן לייב ב"ר אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו - באווארפען.
רביעי: החתן הערשל בהר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א - באווארפען.
חמישי: החתן משולם איסר ב"ר יחזקאל וויינגארטן הי"ו - באווארפען.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' מאיר יודא פערלמאן הי"ו.
ר' חיים גדלי' שפיטצער הי"ו.
ר' אלי' דוד כ"ץ הי"ו.
ר' יודא הערש ווייזער הי"ו.
ר' יעקב יחזקי' גאנדעל הי"ו.
ר' שלמה יעקב שפיטצער הי"ו.
ר' אליעזר טויב הי"ו.
ר' יושע בר"א שווארטץ הי"ו.
שביעי: החתן מרדכי חנה ב"ר מאיר ווערטהיימער הי"ו - באווארפען.
הוספות: החתן בהרה"ג ר' נתנאל מנחם דייטש שליט"א.
החתן יחיאל יעקב ב"ר שמואל לייב פריעד הי"ו.
החתן יושע בהרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א.
החתן חיים שלמה ב"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו.
אחרון: הרה"ג ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' אברהם יושע ווייס הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' אלי' יצחק ראזענבערג הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו - וומ"ס.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק וויינגארטן הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט ארום 12:40.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 9:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל לייב פריעד הי"ו.
כהן: הר"ר הערשל כהנא שליט"א - ב"פ.
לוי: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' ישראל שלום טויב שליט"א - אב"ד באלטימאר וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' יחזקאל וויינגארטן הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'על כן יאמרו המושלים באו חשבון' און ארויסגעברענגט אז יעדע איד האט טאקע א בחירה חפשית אבער כדי מען זאל קענען אויסקלויבן די גוטע דרך און זיך האלטן ביי אידישקייט דאס קען מען נאר מיט די תורה הקדושה 'בראתי יצר ובראתי תורה תבלין כנגדו' און מען דארף זיכער מאכן צו קובע זיין עתים לתורה און נאר אזוי וועט מען קענען זיין א מושל ביצרו.
ידיד נפש: הרה"ג ר' דוד ליבערמאן שליט"א - אב"ד שעניא.
קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק זינגער הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן חיים שלמה ב"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה און דער ציבור און איז אריבער זאגן א גוטע וואך.
נאך הבדלה האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול.
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה בביתו נאוה קודש א קבוצה תלמידי ישיבת שער התלמוד פון לעיקוואד, אזוי אויך א קבוצה תלמידי ישיבת יסודי התורה פון לעיקוואד וואס האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
א גוטע וואך.
~🌴~