דאנערשטאג חקת
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג חקת=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ארי' פריעדלענדער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברמ"א גראס הי"ו.
ב"ר יואל יצחק מאטצען הי"ו.
ב"ר בעריש מויזקאפף הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית ארום 12:30 איז דער רבי ארויף פוקד זיין די ציונים פון רבותינו הק',
ביים אנקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה,
דער רבי האט געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותיה"ק בעל דברי יואל זי"ע און בעל ברך משה זי"ע און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע"ה,
דערנאך האט דער רבי געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי מיט א שטארקע התעוררות און געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לענגערע צייט און בשעת מעשה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות,
דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה,
מען האט געענדיגט ארום 1:20.
אין די נאכמיטאג שעות איז אריבער געקומען לביתו נאוה קודש הנגיד הטפסר ר' ראובן (רובי) שרון הי"ו פון פלעטבוש צו הרבנית הצדיקת תליט"א איבער אירע פילצאליגע צדקה צוועקן,
צום ערשט איז ער אריין בקודש פנימה וואו עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זיינע פילע פעולות בעניני הכלל, און דער רבי האט אים ווארעם אנגעוואונטשן און זיך באדאנקט פאר זיינע גרויסע נדבות למען הכלל והפרט,
דערנאך איז ער אריבער צו הרבנית הצדיקת תליט"א און א לענגערע צייט איבערגעגאנגען די פילצאליגע צדקה וחסד פראיעקטן מיט וואס די חשוב'ע רעביצין תליט"א איז עוסק און בפרט פאר די פעולות פאר די אלמנות,
און איבערגעלאזט א ריזן סכום פאר די פילע צוועקן.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא שלמה פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם ווייסמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
נאך די חופות איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' משה נתן פישער הי"ו - לרפו"ש ווי עס איז פארגעקומען א שבע ברכות לרגל נישואי נכדו למז"ט החתן בן לחתנו הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשוב'ע זיידעס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה נחלת התורה פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר שלמה יצחק גרויסמאן שליט"א,
דער רבי האט פארהערט די בחורים די לימודי הישיבה און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' זלמן לייב שפילמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל שווארטץ הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~