ימים הראשונים של חג הפסח תשפ"ד בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ימים הראשונים של חג הפסח תשפ"ד בצל הקודש של כ"ק מרן רבינו שליט"א=
ארום 8:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה, און צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה האט מען געזאגט די סדר הקרבת קרבן פסח.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר דוד לייב קרויס שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש ובהתעורורות רב.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:55.
דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט', און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
פארן סדר האט דער רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך,
ארום 10:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר אינעם זאל בביתו נאוה קודש מעוטף מיטן טלית און קיטל און זילבערנעם קאפל, ווי עס האבן מיטגעגעסן במשך ביידע נעכט אריבער דריי הונדערט חתנים מתלמידי ישיבתינו הק' פון איבער די גארער וועלט,
דער רבי האט צוגעטרעטן צום סדר מיט א דביקות ושמחה של מצוה, דער רבי האט מסדר געווען די קערה און געזאגט אתקינו סעודתא און רבש"ע, און פארגעזאגט 'קדש' בקול נעים אויפן נוסח המקובל פון רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע.
במשך דעם סדר האבן די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א - רב דביהמ"ד רב טוב, געזאגט די סימנים אויף אידיש,
דער רבי האט געזאגט תורה און דערנאך זיך אויפגעשטעלט צו קידוש,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א,
דער רבי האט געזאגט די הננו מוכן פארן ערשטן כוס ברגש אש שלהבת קודש אויפן נוסח ההגדה, און געמאכט קידוש בקול רם, און געמאכט די ברכת שהחיינו, און געטרונקען בהסיבת שמאל. דערנאך האט דער רבי געהייסן די בחורים מאכן קידוש כנהוג בליל הסדר.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, במשך די סדר האט דער רבי משמיע געווען 16 מאל דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף, קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא, עבדים היינו, ר' יוסי הגלילי אומר, ברוך שנתן תורה לעמו ישראל, רשע מה הוא אומר, והיא שעמדה, ועכשיו קרבנו המקום לעבודתו, ואומר לך בדמיך חי, אני ולא מלאך, ויאפו את הבצק, שפוך חמתך.
דער רבי האט געזאגט די הננו מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים מיט א ברען, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט די הגדה ברגש אש קודש במתינות מילה במילה בקול רם, און די בחורים האבן מיטגעזאגט שטילערהייט.
ביי מגיד האט דער רבי געזאגט די זוהר פקודא בתר דא,
פאר מה נשתנה האט דער רבי צאמגעקלאפט ביידע הענט כמנהג אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע כמנהג בעלזא.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות די אייניקלעך בני הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א אויף אידיש, און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען,
ביי דם ואש ותמרות עשן און ביי די עשר מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און אויסגעווארט ביז מען האט עס ארויסגעטראגן.
נאך די צווייטע כוס האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און אויסגעטוהן די טלית און זיך געוואשן,
דער רבי געזאגט די הננו מוכן און געמאכט די ברכת המוציא און על אכילת מצה מיט גרויס דביקות און געגעסן די כזיתים בהסיבת שמאל.
ביי מרור האט דער רבי איינגעטונקען שאלאטן אין חרוסת אין געזאגט די הננו מוכן און די ברכה על אכילת מרור און געגעסן די כזית מרור, און דערנאך די כזיתים מצה ומרור ביי כורך,
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן בלויז א שטיקל אייער כנהוג, און תיכף געהייסן אריינברענגען די אפיקומן און געזאגט די הננו מוכן מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן פאר חצות, די אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הבה"ח ישראל דושינסקיא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א,
דער רבי האט געוויזן פארן עולם צו עסן רואיג די גאנצע סעודה,
מען האט אנגעגאסן די כוס צום בענטשן, דער רבי האט זיך געוואשן מים אחרונים און געבענטשט אויפן כוס,
דערנאך האט מען אנגעפילט די כוס של אליהו און מען האט געעפענט די טיר,
דער רבי האט געזאגט תורה און דערנאך געזאגט שפוך חמתך מיט גרויס התעורורות, נאך שפוך חמתך האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס פונעם כוס של אליהו, און מען האט ארויפגעשיקט שיריים פונעם כוס של אליהו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען ממשיך געווען באמירת הלל מיט גרויס התעורורות בפרט ביי נשמת ווי דער רבי האט מאריך געווען בבכיות,
מען האט געזינגען די פיוטים פון ויהי בחצי הלילה און ואמרתם זבח פסח מיטן ניגון פון אזמר בשבחין, און דערנאך פארגעזעצט מיט אדיר במלוכה במתינות הויך אויפן קול.
נאכן פערטן כוס האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים פון כי לו נאה, און אדיר הוא, און אחד מי יודע, און חד גדיא,
דער רבי האט געהייסן ממשיך זיין מיט ניגוני יו"ט,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו"ט און איז ארויף לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א שטארקע נעימות.
מען האט געענדיגט די סדר ארום 3:30.
~יום א' דפסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפלת שחרית ארום 10:50.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית,
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הרה"ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ גאב"ד דקהלתינו מאנטריאל שליט"א,
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו אמירת הלל מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ, און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א - מנהל מבצר הכוללים.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר יעקב הערש פריעדמאן שליט"א - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אהרן יוסף שמואל בערגער הי"ו.
שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו.
חמישי: רבינו שליט"א.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יצחק מאיר פארקאש הי"ו - מאנסי.
הגבה: הרה"ח ר' משה יוסף הירש הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' משה גוטמאן הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
הגבה: הרה"ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
גלילה: הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו.
נאכן ליינען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעטוהן די קיטל און זילבערנעם קאפל, דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מוסף און געבענטשט טל מיט גרויס התעוררות,
מיט פתיחת הארון פאר טל איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו.
צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: ר' ישעי' רעטעק הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל צבי שטערן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט,
מיט די פיוט פון ברח דודי האט דער רבי מכבד געווען די מנגנים,
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה כי יאמרו עליכם בניכם מה העבודה הזאת לכם' און געטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון שלא כדרך אכילה, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די חתנים און בפרט איבער זיך האלטן צום מסורת אבות נישט נאכצולאזן פון קיין שום חומרה אינעם יו"ט פסח, און דער רבי האט פארציילט א מכשול וואס איז געשען די יאר וואס איז געקומען פון קויפן מכל הבא ליד,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח שמעון ב"ר מנחם צבי כהן הי"ו - ב"ב.
מען האט געענדיגט ארום 4:30.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' ישראל העניך שעהר הי"ו.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מיט א אפיעל פאר כולל שומרי החומות.
צו מערבית איז צוגעגאנגען הר"ר יוסף דוד לעווי שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:45.
דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוט יו"ט', און אהיים לביתו נאוה קודש.
~ליל התקדש החג -די צווייטע סדר נאכט~
פארן סדר איז דער רבי געגאנגען אין מקוה,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך,
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום סדר אינעם זאל בביתו נאוה קודש מעוטף בטלית שאולה און קיטל און זילבערנעם קאפל,
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און מסדר געווען די קערה, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש,
במשך דעם סדר האט דער אייניקל הילד בן הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א - רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, געזאגט די סימנים אויף אידיש,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט צו קידוש,
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א.
דער רבי האט געזאגט די הננו מוכן פארן ערשטן כוס ברגש אש שלהבת קודש אויפן נוסח ההגדה, און געמאכט קידוש בקול רם, און געמאכט די ברכת שהחיינו, און געטרינקען בהסיבת שמאל, דערנאך האט דער רבי געהייסן די בחורים מאכן קידוש.
במשך די סדר האט דער רבי משמיע געווען 13 מאל דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויף, קדש, כרפס, יחץ, מגיד, ויוצאינו ה' משם, מצוה עלינו לספר, עד שדרשה בן זומה, ברוך שנתן תורה, בעבור זה, פסח מצה ומרור, והיא שעמדה לאבותינו, אני ולא שליח, שפוך חמתך,
כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה ווי דער רבי האט אפגעראכטן די סדר מיט גרויס התעורורות און התלהבות אש און פארגעזאגט די הגדה ברגש אש קודש במתינות מילה במילה בקול רם, און די בחורים האבן מיטגעזאגט שטילערהייט.
ביי מה נשתנה האבן געפרעגט די קשיות אלע אייניקלעך צוזאמען,
מען האט געגעסן די כזיתים מצה פופצן מינוט פאר חצות,
ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן א שטיקל אייער כנהוג, און דערנאך האט מען אריינגעברענגט די סעודה אזוי ווי יעדן יו"ט, ביי שלחן עורך האט דער רבי מעיין געווען אין עטליכע ספרים,
ארום 2:00 אזייגער האט דער רבי געזאגט די הננו מוכן מיט א ברען און געגעסן די אפיקומן בהתלהבות אש, די אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך הב' המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו.
דערנאך האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס, דערנאך האט מען אנגעפילט די כוס של אליהו און מען האט געעפענט די טיר, דער רבי האט זיך אינטערגעהויבן און געזאגט שפוך חמתך מיט גרויס התעורורות, נאך שפוך חמתך האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס פונעם כוס של אליהו, און מען האט ארויפגעשיקט שיריים פונעם כוס של אליהו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט מען ממשיך געווען באמירת הלל מיט גרויס התעורורות ובבכיות בפרט ביי נשמת ווי דער רבי האט ספעציעל מאריך געווען בבכיות,
נאכן פערטן כוס האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים פון כי לו נאה, און אדיר הוא,
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו"ט, מען האט געענדיגט די סדר ארום 3:55.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט געציילט די ערשטע ספירה בקול חוצב להבות אש,
דערנאך איז דער רבי אריבער בצד צפון ווי מען האט ממשיך געווען מיט די פיוטים פון אחד מי יודע, און חד גדיא,
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו"ט, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פיוט פון פודה כהלכה און ארויסגעברענגט אז א תנור של כלי חרס אויב סאיז הסיקו מבפנים קען מען עס כשרן און פארדעם ווען מען עסט מצה און מען נעמט עס אריין אין זיך ווערט עס הסיקו מבפנים און מען ווערט טהור פון די טומאת מצרים.
מען האט געענדיגט ארום 4:35.
~יום ב' דפסח~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 11:05.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר איתמר מייזליש שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית,
צו חזרת הש"ץ ויוצר האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעזאגט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה פארגעס הי"ו - וומ"ס, און הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו - וומ"ס.
פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' אליעזר דוד גליק הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו.
שלישי: הבה"ח מענדל ב"ר יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו - וומ"ס.
רביעי: הרה"ח ר' אבא וויינבערגער הי"ו - לאנדאן.
חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' הלל טייטלבוים הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' שלום הלוי לאנדא הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יודא יושע וויינשטאק הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל לייב בראך הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 2:40.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני יו"ט,
מיט די פיוט פון ברח דודי האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח יואל בהר"ר בעריש גראס שליט"א - מאנטריאל,
אשר הניא: הבה"ח מנחם זאב בהר"ר יחזקאל מוקאבעצקי שליט"א - לאנדאן.
שושנת יעקב: הבה"ח בנימין ב"ר משה יעקב בר"א וועלץ הי"ו - ב"פ.
מען האט אויפגעגעבן א קוגל לכבוד סעודת אסתר, און דער רבי האט געהייסן זינגען ותוסף אסתר,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן מדרש שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שעוסקות בביעור חמץ, און ארומגערעדט אז בזכות וואס אסתר המלכה האט חושש געווען אויף מצוות דרבנן איז מען ניצל געווארן פון די גזירת המן,
דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן אם על המלך טוב,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הבה"ח מרדכי אפרים פישל ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו וועלכע האט זיך פארהערט ביים רבי'ן טויזענט בלאט גמרא מיט עטליכע וואכן צוריק.
מען האט געענדיגט ארום 4:50.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:30.
בעל תפילה: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו, און דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה בהיכל הביהמ"ד,
נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטן מועד און אהיים לביתו נאוה קודש.
מען האט געענדיגט ארום 9:30.
א גוטן מועד.
~🌴~