ערב יו''ט פסח תשפ''ד בצל הקודש
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=ערב יו''ט פסח תשפ''ד בצל הקודש=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ירמי' בנציון קאפעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:10.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' הערש לייב פאגעל הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יעקב בר"ש פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' אהרן ווייס הי"ו.
שלישי: רבינו שליט"א.
הגבה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
גלילה: ר' אלי' ברח"א שפיטצער הי"ו.
תיכף נאכן דאווענען האט דער רבי געמאכט א לחיים בחדרו הפרטי אויף ביר כנהוג, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט פארקויפט די חמץ פארן גוי.
דער רבי האט געמאכט א קנין און איבערגעגעבן די שטר.
דערנאך ארום 10:20 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ,
דער רבי האט געזאגט 'לשם יחוד לקיים מצוות אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם' און אריינגעווארפן די צען ברעקלעך און די לולב,
דער רבי האט געווארט ביז עס ווערט פארברענט כהלכה, דערנאך האט דער רבי געזאגט די יה''ר מיט כל חמירא מיט השתפכות הנפש.
ארום 2:20 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד יו''ט.
ארום 2:55 איז דער רבי אריבער צום מצות באקן אינעם בנין ישיבה קטנה אויף די געציל בערגער גאס,
דער רבי האט אריין געגאסן די וואסער אין די מעל און פארטיילט טייגלעך פאר עטליכע מיירעס.
בשעת'ן טיילן האט דער רבי פארגעזאגט הלל מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש.
דער רבי האט געוועלגערט א מצה, און דערנאך זיך אומגעקוקט ביי די אויווענעס.
דער רבי האט מפריש געווען חלה, און פארלאזט דעם בעקעריי.
דערנאך ארום 4:15 איז דער רבי אריבער צום מצה בעקעריי דקהלתינו אויף די דינוב גאס, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפי' א לענגערע צייט אין אלע אפטיילונגען, דערנאך האט דער רבי אריין געגאסן וואסער אין די מעל און אפגעשיידט חלה, און זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג איז דער רבי אראפ אינעם נייעם זאל בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט אפגעברענט די לעכט, און זיך אומגעקוקט אויפן פראכטפולן סדר טיש ווי עס וועלן מיטעסן די הונדערטער חתנים בצל הקודש.
פארן זמן הדלקה"נ איז דער רבי געגאנגען נאכאמאל אין מקוה לכבוד יו"ט.
~🌴~