דאנערשטאג - יום א' דחוה"מ פסח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג - יום א' דחוה"מ פסח=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 9:50.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו - וומ"ס, און הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו - מאנטריאל,
כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו,
לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א - רב דביהמ"ד דברי חיים.
שלישי: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
הגבה: הר"ר מאיר מייער שליט"א.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם פילאפף הי"ו,
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' מנחם ישראל באסול הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' שמואל לייב פריעד הי"ו,
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י,
מען האט געענדיגט ארום 11:30.
ארום 6:15 איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א - אבד"ק נייטרא מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס צווישן אנדערע איבער פארשידענע שאלות און מכשולות וואס מאכט זיך אום פסח, פרישע הידורים ביי שחיטה און סופרות, און איבער הלכות מעקה,
דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און איבערגעגעבן א הגדה של פסח לב אהרן, און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
און ארום 9:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב,
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
א גוטן מועד.
~🌴~