דאנערשטאג פנחס - שבעה עשר בתמוז
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג פנחס - שבעה עשר בתמוז=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ב"ר אלי' ניישטאדט הי"ו - מאנסי, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מאיר וועזעל הי"ו.
ב"ר בערל ברד"ל אקער הי"ו.
ב"ר יודא ארי' לאנדא הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין מסכת בבא בתרא פרק חזקת הבתים דף לג: אין די סוגיא פון 'נסכא דרבי אבא' און דערביי איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא כנהוג איידערן אוועקפארן אויף מנוחת הנפש.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן אויף מנוחת הנפש.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש,
בעל תפילה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
פתיחה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו.
בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' יצחק פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו.
שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה"ח ר' יואל ב"ר שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו.
גלילה: ר' שלום ווייס הי"ו.
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער זיך געזעגענען פון רבינו שליט"א.
ארום 5:10 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש און געפארן צום סטוארט לופטפעלד וואו דער רבי איז אויפגעשטיגן אויפן פריוואטער פליגער, דער פליגער האט זיך געהויבן ארום 6:00 אזייגער אויפן וועג למקום הנופש אין ניו העמפשיר וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע פיר וואכן אויף אפרוה.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם מאונט וואשינגטאן רידזשענעל לופטפעלד אין ווייטפיעלד ניו העמפשיר, און דער אנוועזענדער ציבור איז אריבער שלום נעמען.
דערנאך איז דער רבי צוגעפארן א וועג פון ארום פיפצן מינוט צו ביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ביים זמן ר"ת ארום 9:47,
ביים אנקומען אין ביהמ''ד האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט ידידו הגה''צ אב"ד ראשית חכמה שליט''א,
בעל תפילה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~