פרייטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג פנחס=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:40.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק רבי משה דוד אשכנזי מטאלטשעווע זצ"ל.
בעל תפילה: חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען און דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער הגה"ק מטאלטשעווע זצ"ל.
=זמנים לשבת קודש בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
זמן הדלקה"נ: 8:19.
תפילת מנחה: 9:05.
עריכת שלה"ט: ארום 15 מינוט נאכן גוט שבת זאגן.
שחרית: 9:30.
דער רבי וועט אריינקומען צו די זמירות ודברי תורה אין ביהמ"ד ארום איינס און אהאלב שעה נאכן דאווענען (ארום 2:45).
מנחה ושלו"ס: 9:05.
זמן מוצש"ק 9:46.
מען וועט קענען מיטהאלטן א הוקאפ פון שלו"ס פון עטליכע מינוט נאכן זמן מוצש"ק אויף קול סאטמאר אויף 3-1-1.
א גוט שבת.
~🌴~