מיטוואך פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך פנחס=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אפרים צבי גלאזער הי"ו.
ב"ר יואל ב"ר אברהם לעבאוויטש הי"ו.
ב"ר משה אלי' ברנ"ח עסטרייכער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ב פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד,
ביים לחיים האט דער מנהל איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א קובץ 'עסקי טהרה' מיט חידושים וברירים פון די תלמידי הישיבה בהלכות מקוואות און רבי האט מעיין געווען דערין א לענגערע צייט,
דערנאך האט הב' הבר מצוה ב"ר אפרים צבי גלאזער הי"ו געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר די רמ"י ותלמידי הישיבה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
זמני כניסה איז געווען פון 7:50 ביז 1:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מישועות יעקב סקולען שליט"א וועלכע וויילט אויף די זומער וואכן אין ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געגעבן ספרו לב אהרן - מסכת אבות.
ארום 11:30 איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א וועלכע וויילט אויף שבת אין ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מצב פון די גזירה פון גיוס בני ישיבות בארה"ק און די ריכטיגע צוגאנג צו די מחאות אויף די גזירה,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דערנאך איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מזוועהיל מאנסי שליט"א צו מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי נכדו למז"ט וועלכע קומט פאר חמשה עשר באב הבעל"ט אין שיכון סקווירא,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר בנו הר"ר פנחס אהרן שליט"א און פאר נכדו החתן ני"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~