דינסטאג קרח - בדר"ח תמוז - המשך ביקור הקודש בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטריאל
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג קרח - בדר"ח תמוז - המשך ביקור הקודש בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטריאל=
פאר שחרית איז די רבי געגאנגען אין מקוה אין די מקוה טהרה וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט געגאסן ביי זיין באזוך אין מאנטריאל בשנת תשי"ז.
נאך די מקוה ארום 9:50 אינדערפרי איז רבינו שליט"א אנגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט פילע אנשי שלומינו, בחורי שלומינו, און די ילדי תשב"ר,
פארן דאווענען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים און קינדער אין די לימודים פאר א לענגערע צייט מיט גרויס קורת רוח.
דערנאך ארום 10:10 האט דער רבי געלייגט טלית ותפילין בהיכל הביהמ"ד,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ב"ר נפתלי יעקב דרעזדנער הי"ו.
בעל תפילה: ר' משה ברא"ב שפיטצער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט באש קודש.
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו,
בעל קורא: הר"ר נתן בנימין עקשטיין שליט"א,
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א,
לוי: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ קהלתינו הק',
שלישי: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי"ו,
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען,
גלילה: הרה"ח ר' יוסף גרינפעלד הי"ו.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ג ר' יואל אשר פישער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק'.
נאכן דאווענען ארום 12:15 איז פארגעקומען די מעמד קבלת פנים דורך די ילדי תשב"ר בהיכל הביהמ"ד,
צום ערשט האבן די קינדער געזינגען ניגונים לכבוד המאורע און עטליכע קינדער האבן געזונגען פאסיגע חרוזים,
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק' וועלכע האט ארויסגעברענגט די הכנה וואס די קינדער האבן זיך צוגעגרייט צום ביקור קודש,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן דיין שליט''א, פאר אלע דייני קהלתינו הק', און פאר אלע קינדער,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק כי כל העדה כולם קדושים און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה פון תשב"ר, דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די קינדער און מעורר געווען זיך צו פירן מיט דרך ארץ צו די עלטערן און מלמדים, זיך פירן מיט מידות טובות סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו, די גנות פון מידת השקר, דאווענען אין א סידור און מיט כוונה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב"ק האט דער רבי פארטיילט א געבענטשטע מטבע פאר אלע קינדער,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אראפ אינעם היכל התורה ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וקבלת פנים דורך די בחורי ישיבה קטנה פון קהלתינו הק',
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל אשר פישער שליט"א - ר"מ בישיבה, וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשם די בחורים און ארויסגעברענגט די הכנה מיט וואס די בחורים האבן זיך צוגעגרייט צו די באזוך פון רבינו שליט"א,
דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מנחת ביכורים פון אריבער פינף טויזענט שעות רציפות וואס די בחורים האבן געלערנט אלץ הכנה צום באזוך אין די פארגאנגענע וואכן,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז ווען איינער פירט זיך במידת חסידות לפנים משורת הדין פירט זיך הקב"ה מיט אים אויך לפנים משורת הדין און איז מקיים מצוות פריקה וטעינה און העלפט די מענטש בייקומען זיין יצר הרע טראץ הקב"ה איז א זקן ואינו לפי כבודו,
אזוי אויך איז דא א הלכה ביי פריקה וטעינה אז עס דארף זיין 'בעליו עמו' און נאר אויב יענער העלפט אויך נאר דעמאלטס דארף מען יענעם העלפן, און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים זיך צו פירן ווי א חסידישע בחור, גיין אין מקוה, זיך שאקלען ביים דאווענען, וכו',
אזוי אויך דארף מען הארעווען אויף תורה פארשטיין וואס מען לערנט, פארשטיין די קשיא פון די גמרא, און פארשטיין די תירוץ, און די חילוקים פון איין תירוץ און די אנדערע,
אזוי אויך האט דער רבי מעורר געווען די בחורים אויפצושטיין פארטאגס לערנען פארן דאווענען, דאווענען מרישא ועד גמירא פון ברכות ביז עלינו, זיך היטן אויף די אויגן ווען מען גייט אויפן גאס, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו פאר די בחורים און פאר די רמ"י הישיבה.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה ספר אמרי יואל פאר אלע בחורים,
מען האט געענדיגט ארום 1:40 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
בבית האכסניא איז פארגעקומען א אסיפה בקודש פנימה אינאיינעם מיט אלע דיינים פון קהלתינו הק' ווי מען האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פארשידענע ענינים בנוגע קהלתינו ומוסדותינו הק', און דער רבי האט איבערגעגעבן הוראת קדשו און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל בר"ש ראזענפעלד הי"ו האט אפקויפט א זכות פון א כתה בבנין הת"ת החדש,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 2:45 איז דער רבי אנגעקומען צום חומש סעודה פון די ילדי מוסדותינו פארגעקומען בבנין הת"ת החדש 'בנין ניישטאדט',
דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה,
עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר יצחק עזריאל פריעד שליט"א,
דערנאך האבן די קינדער פארגעזאגט די פסוקי חומש פון פרשת ויקרא, אנגעפירט דורך די מלמדים הר"ר לייבוש בר"ח לעווי שליט''א און הר"ר חיים מאיר פריעד שליט"א,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און עקסטער אנגעוואונטשן פאר הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו פון ק"י - מגדולי נדבני הבנין החדש,
דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דב"ק לכבוד די חתני החומש און ארויסגעברענגט די שמחה פונעם מאמענט מיט די התחלה פון לימוד התורה, אזוי ווי דער חתם סופר זאגט אז התחלה איז חצי הכל, און דאס איז די שמחה ביי א חומש סעודה,
אזוי אויך איז א גרויסע שמחה פאר די מוסדות און די מעמד איז אויך א התחלה פאר די תלמוד תורה ווי מען האפט בעז"ה צו מחנך זיין טויזענטער קינדער במשך השנים צו תורה ויראת שמים, און עס איז א זכי' פאר די עלטערן צו קענען זיין פון די מתחילים פון די מוסדות הק', און דערביי האט דער רבי באגריסט הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו פון ק"י - מגדולי נדבני הבנין החדש, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די חתני החומש, פאר זייער עלטערן און זיידעס, און פאר די הנהלת המוסדות,
דערנאך זענען אלע קינדער אריבער און דער רבי האט פארטיילט א תהילים פאר אלע קינדער,
אויך האט דער רבי פארטיילט א תהילים פאר די תלמידים פון די קלענערע כתות פון מוסדותינו הק',
דערנאך זענען אריבער אלע מלמדים און די הנהלת המוסדות און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 3:30.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די אויבערשטע שטאקן ווי עס איז דערווייל סטאנציאנירט די געשעפט פון הרה"ח ר' בערל ביקסנשפאן הי"ו לרגל די גמר המקח ווי מוסדותינו הק' האט אפגעקויפט די בנין הת"ת פון הרה"ח ר' בערל ואחיו ר' מרדכי ביקסנשפאן הי"ו,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס פון די היסטאריע פון אידישקייט אין מאנטריאל, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' בערל הי"ו ובני משפחתו,
מען האט געענדיגט ארום 3:45 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
בבית האכסניא איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי דער בעל אכסניא הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א קומה בבנין הת"ת החדש,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי ארויף על פתחי הנדיבים וועלכע האבן אפגעקויפט די זכות פון א כתה בבנין הת"ת החדש 'בנין ניישטאדט' פארן סכום פון הונדערט פופציג טויזענט דאלער און העכער, און במשך די צוויי טעג פון די ביקור הקודש איז אריינגעקומען קרוב צו דריי אהאלב מיליאן דאלער דורך אנ"ש תושבי מאנטריאל.
ארום 5:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' בעריש ב"ר מנחם מנלי ווייזער הי"ו אויף א חתימת שטרות,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די דירות פרייזן אין מאנטריאל,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
ארום 5:50 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' שלמה אבערלענדער הי"ו אויף א חתימת שטרות,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים בחצרות הקודש בעניני תפילה,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
ארום 6:15 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' הערש אלימלך ב"ר וואלף גליק הי"ו - חבר הנהלת המוסדות, אויף א חתימת שטרות,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די היסטאריע פון אידישקייט אין וומ"ס, און הרה"ח ר' הערש אלימלך הי"ו האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט זיין זכי' צו קענען זיין א שליח פון רבינו שליט"א אויפצובויען די מוסדות הק', און די קירבה וואס מען זעט ביי רבינו שליט"א צו קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטריאל,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
ארום 6:35 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום ב"ר ישראל שווארטץ הי"ו אויף א חתימת שטרות,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער זקינו הרה"ק הקול ארי' זצ"ל, און דערביי האט הרה"ח ר' שלום הי"ו געוויזן א בריוו פונעם עצי חיים צום קול ארי',
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
ארום 7:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם שניטצלער הי"ו אויף א חתימת שטרות,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע אנטיק ספרים און כתבי ידות פון צדיקים הקדמונים זצ"ל,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
ארום 7:20 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון ר' יואל ב"ר אברהם וואלף קויפמאן הי"ו אויף א חתימת שטרות,
עס האט זיך פארמירט א שמועס בהלכות סופרות און די פראבלעמען פון די ארץ ישראל'דיגע מזוזות,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
ארום 7:40 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו - חבר הנהלת המוסדות, אויף א חתימת שטרות,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די היסטאריע פון קהלתינו הק' אין מאנטריאל,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
ארום 7:55 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ישעי' דייטש הי"ו אויף א חתימת שטרות,
עס האט זיך פארמירט א שמועס בעניני שחיטה,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן ובני משפחתו.
דערנאך ארום 8:10 איז דער רבי אהיים לבית האכסניא ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: הב' שלמה ב"ר אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו.
ארום 8:30 האט דער רבי פארלאזט די אכסניא און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל אכסניא הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו ובני ביתו, און פאר די גאנצע משפחה.
ארום 8:50 איז דער רבי אנגעקומען צו די ארמון פלאזא ווי עס איז פארגעקומען די סעודת ר''ח וכינוס אנ"ש תושבי קאנאדע לרגל דעם מעמד חנוכת הבית פארן בנין התלמוד תורה החדש 'בנין ניישטאדט' אינאיינעם מיט'ן סיום מסכת שבת והתחלת מסכת עירובין אין ראם פון חבורות תורתך שעשועי דקהילתינו הק',
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת ר"ח, און מען האט מאריך געווען בשירה וזמרה בניגוני לימוד התורה,
במשך די סעודה האבן זיך משתתף געווען צווישן אנדערע כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, הגה"צ רבי יונתן בנימין ווייס שליט"א - גאב"ד מאנטריאל, הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א, הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א - ראב"ד סקווירא, הרה"ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א - דומ"ץ קרית טאהש, הרה"צ רבי יוסף ירחמיאל כהנא שליט"א - אדמו"ר מספינקא מאנטריאל, הרה"ג ר' וואלף בער לערנער שליט"א - דומ"ץ בעלזא מאנטריאל, האדמו"ר מקרעטשניף - סיגוט וומ"ס שליט"א, און נאך פילע דייני וחשובי העיר,
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ג ר' יודל שטערן שליט"א - ראש הכולל, און האט אויפגערופן הרה"ג דומ"ץ קהלתינו הק' שליט"א צו משמיע זיין די דבר הקהילה,
דערנאך איז פארגעקומען די סיום מסכת שבת,
מיטן מאכן די סיום אויף מסכת שבת איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מנחם ברי"ח ווייס הי"ו, און מיט התחלת מסכת עירובין איז מכובד געווארן הרה"ח ר' יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו,
דערנאך האט הרה"ח ר' יואל ב"ר יצחק בערגער הי"ו געזאגט קדיש,
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ לכבוד התורה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער יושב ראש אויפגערופן הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו - רוח החיים וחבר הנהלת הקהילה והמוסדות צו משמיע זיין די דבר הנהלת הקהילה והמוסדות,
דערביי האט הרה"ח ר' אברהם מאיר הי"ו ארויפגערופן די נדבנים משפחת ניישטאדט החשובים און זייער שוואגער הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו צו קומען אפנעמען א מתנה וברכת קדשו פון רבינו שליט"א,
דערנאך האט אויפגעטרעטן בשם משפחת ניישטאדט הרה"ח ר' ישראל העניך קרויס הי"ו חתן הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו מיט דברי זכרון פון זקינם הרה"ח ר' יושע ניישטאדט ע"ה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ גאב"ד קהלתינו שליט"א וועלכע האט ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו הק' און אנגעוואונטשן גרויס הצלחה פאר רבינו שליט"א און פאר קהלתינו הק',
ארום 10:15 האט דער רבי אנגעהויבן די דב"ק ודברי הדרכה פאר אנשי שלומינו דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ושמרתם את משמרת הקודש און ארויסגעברענגט אז מיטן בויען בתי מדרשות נעמט מען אראפ די קצף פון הקב"ה אויף כלל ישראל, און דאס איז וויבאלד דורך לימוד התורה קענען צדיקים איבערדרייען פון נגע אויף ענג, פון צרה אויף צהר, פון פשע אויף שפע, וכו',
דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה אז מען זיצט ביי א סיום מסכת שבת במסגרת חבורת תורתך שעשועי ווי א גרויסע קבוצה אנ"ש זענען זוכה צו מסיים זיין די מסכת, און דער רבי האט געזאגט אז מען זיצט שוין די וואך ביי די דריטע סיום, זונטאג אין מאנסי, מאנטאג אין קרית טאהש, און היינט דינסטאג אין מאנטריאל, "עס איז א כבוד התורה און כבוד השבת" און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע מסיימים,
אזוי אויך איז א גרויסע שמחה יעצט ווען מען שטייט ביי א חנוכת הבית פון א בנין פאר די תלמוד תורה ווי מען וועט מחנך זיין אידישע קינדער צו תורה און יראת שמים, "עס איז א כבוד התורה וזה הקטן גדול יהיה",
דער רבי האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר אנ"ש און מעורר געווען זיך צו פירן ווי עס פאסט פאר א חסידישע אינגערמאן בתורה, תפילה, התנהגות, ובכל ענינים,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון קהלתינו הק' און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר אלע חברי קהלתינו הק' ובראשם גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו שליט"א,
דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די חשובע נדבנים האחים החשובים משפחת ניישטאדט וגיסם הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו וועלכע האבן שוין מנדב געווען עטליכע בנינים פאר מוסדותינו הק' די בכל אתר ואתר, און יעצט דא אין מאנטריאל לע"נ אביהם /חמיו הרה"ח ר' יושע ניישטאדט ע"ה - מיקירי תושבי מאנטריאל רבות בשנים,
דער רבי האט זיך אנטשולדיגט זאגענדיג אז עכט וואלט מען געדארפט קומען אויף א לענגערע באזוך אין מאנטריאל, אבער די צייט ערלויבט נישט און מען האפט בעז"ה מארגן מיטוואך אינדערפרי צו זיין בהיכל המתיבתא אין ק"י, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר די גדולי עסקני קהלתינו הק', צווישן אנדערע פאר הרה"ח ר' אברהם מאיר ווערצבערגער הי"ו - רוח החיים פון קהלתינו ומוסדותינו הק',
הרה"ח ר' יצחק שווארטץ הי"ו - משמש,
ר' יעקב יושע פאלאטשעק הי"ו - אדמיניסטראטער פון מוסדותינו הק',
ר' מענדל וואלף שטערן הי"ו - מגדולי עסקני קהלתינו הק',
ר' עקיבא פסח גליק הי"ו - יו"ר התאחדות אברכים,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו,
מען האט געענדיגט ארום 10:40 און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב,
בעל תפילה: ר' משולם פייבוש פריעדמאן הי"ו,
נאך מעריב האט זיך דער רבי געזעגענט פון ראשי ופני קהלתינו הק' און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 11:30 האט זיך די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט"א געהויבן אויפן וועג אהיים,
ארום 12:30 האט די פליגער געלאנדעט אינעם נוארק לופטפעלד און נאך א קורצע צייט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י, ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך פילע אנ''ש ותלמידי המתיבתא וועלכע זענען אריבער נעמען שלום פון רבינו שליט''א.
~🌴~