מיטוואך קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יחיאל שלמה ברי"א פריעדמאן הי"ו בבית זקינו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יחזקאל שרגא ברש"ז שטיין הי"ו.
ב"ר אברהם בערגער הי"ו.
ב"ר ישראל הארטשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"א פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר בעריש גראס שליט"א און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק משה רייך הי"ו און הרה"ח ר' יצחק ברמ"א שטיינמעטץ הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו און הרה"ח ר' דוד לייבוש יאקאבאוויטש הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז דער רבי אראפ צו די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברש"ל פרידריך הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי משה ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יושע בר"א פרענקל הי"ו און הרה"ח ר' פנחס בר"ל גראס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברא"י מערץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"א ווייס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
~🌴~