מאנטאג קרח - אדר"ח תמוז
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג קרח - אדר"ח תמוז=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי,
ביים ליינען האט דער רבי צום ערשטן מאל עולה געווען מיט די תפילין דרבינו תם מירושת אבותיו זי''ע.
נאכן דאווענען האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה וזמרה מיט כי מלאכיו לרגל דאס אפרייזן קיין מאנטריאל אויף א קורצע ביקור קודש בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק'.
ארום 1:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד ווי דער רבי האט זיך געהויבן ארום 2:00 אזייגער מיט א פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין מאנטריאל.
'ברוך הבא בשם ה'
ארום 2:50 האט די פליגער געלאנדעט אינעם מאנטריאל אינטערנעשענעל לופטפעלד ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך פילע אנשי שלומינו אין שפיץ פון הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ קהלתינו הק' און ראשי ופני קהלתינו הק',
דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט מיטן ציבור און די גאנצע ציבור איז אריבער שלום נעמען.
ארום 3:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין קרית טאהש,
דער רבי איז אנגעקומען קיין קרית טאהש ארום 3:45 און איז אפגעווארט געווארן דורך חברי הנהלת קרית טאהש וחברי הנהלת הקהילה,
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ח ר' מרדכי ווידער הי"ו ווי עס זענען אנוועזנד געווען די דייני קרית טאהש הרה"ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט"א און הרה"ג ר' יונה פישער שליט"א און נאך פילע אנ"ש ויוצאי ישיבתינו הק' תושבי קרית טאהש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט זכרונות פון די באזוכן פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און רביה"ק בעל ברך משה זי"ע אין מאנטריאל און אין קרית טאהש,
דערנאך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' מרדכי הי"ו האט אפגעקויפט א זכות פון א כתה בבנין הת"ת החדש פון מוסדותינו הק' אין מאנטריאל,
אזוי אויך האבן נאך עטליכע מאנ"ש זיך אונטערגענומען גרויסע סכומים פאר מוסדותינו הק' און אלעס אינאיינעם איז אריינגעקומען קרוב צו א האלב מיליאן דאלער,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און די הנהלת המוסדות און געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה"ח ר' מרדכי הי"ו ובני משפחתו, פאר די חשוב'ע דיינים שליט"א און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק כי כל העדה כולם קדושים און ארויסגעברענגט אז אויב מען איז נזהר צו רעדן נאר אמת ווערט באשאפן א מלאך וואס העלפט אים בייקומען די יצר הרע וואס פרובירט צו מצבע זיין עבירות פאר מצוות, אזוי אויך איז לימוד התורה מאירת עיינים און לייכט אויף די אויגן צו קענען זעהן וואס איז א מצוה און וואס איז א עבירה,
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון אנ"ש תושבי קרית טאהש ווי פילע אנ"ש האבן זוכה געווען יעצט צו מסיים זיין מסכת שבת במסגרת חבורת תורתך שעשועי דקהלתינו הק', און דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון קרית טאהש 'כי כל העדה כולם קדושים' א חשוב'ע און ערליכע שטעטל תחת דגלו והדרכתו פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, און געזאגט אז נאר איינער וואס קומט פון קרית יואל קען פארשטיין די מעלות און די חשיבות פון וואוינען אין א לויטער אידישע און חסידישע שטאט, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך ארום 4:30 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית סיגוט ובשבח פון קרית טאהש,
האדמו"ר מטאהש שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 4:50 האט דער רבי פארלאזט קרית טאהש אויפן וועג קיין מאנטריאל,
ביים אנקומען קיין מאנטריאל ארום 5:30 איז דער רבי צום ערשט ארויף אויף א פריוואטע באזוך ביי גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר גיסו הגה"צ מאנטריאלע רב שליט"א און פאר אחותו הרבנית תליט"א.
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו הגדול ווי עס האבן אפגעווארט הונדערטער אנ''ש וועלכע האבן מקבל פנים געווען רבינו שליט''א בשירה וזמרה,
אויך האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט מיט ידידו הגה"צ אב"ד ראשית חכמה שליט"א,
דער רבי איז ארויף בהיכל כוללינו בבית מדרשינו הגדול צום מעמד קבלת פנים דורך די לומדי הכולל,
עס האט אויפגעטרעטן דער ראש הכולל הרה"ג ר' יודל שטערן שליט"א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשם די לומדי הכולל,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה''צ אב"ד ראשית חכמה שליט''א, פארן ראש הכולל שליט''א און פאר די לומדי הכולל,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה', און עס אויסגעטייטשט אז דורך לימוד התורה ווערן אלע מעשים פון א מענטש בטל לצורך גבוה, און מען מעג הנאה האבן פונעם לערנען,
דערנאך האט דער רבי מאריך געווען בשבח פון קהילתינו הק' אין מאנטריאל בכלל, ובפרט דער כולל אין מאנטריאל, וואו אריבער הונדערט אינגעלייט זיצן און הארעווען און שטייגן אין תורה, און ממשיך געווען בדברי הדרכה פאר כולל אינגעלייט, ובפרט איבער אויפשטיין פארטאגס לערנען בעפארן דאווענען, לערנען ברציפות אן קיין הפסק, בעיון ובהבנה, פארשטיין וואס מען לערנט, און חזר'ן די לימודים און זיך לאזן פארהערן, לערנען תורה בטהרה, גיין אין מקוה יעדן טאג, וכו',
אזוי אויך דארף די התנהגות פון א כולל יונגערמאן זיך דערקענען, נישט נאר ווען ער זיצט אין בית המדרש און זיצט אין כולל, נאר זיין גאנצע התנהגות מן הבקר ועד ערב, "בשבתך בביתך ובלכתך בדרך", ביים דאווענען, מען דארף דאווענען במתינות אזוי אז מען זאל דערקענען אז דאס איז א בן תורה וואס דאווענט,
באזונדער האט דער רבי אויפגעפאדערט צו שטיין על המשמר אויף די צניעות אין שטוב סיי די מלבושים, שייטלען, וכדומה, אלעס זאל זיך פירן כהוראות רביה"ק זי"ע, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 6:30,
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד,
פאר מנחה איז אריבערגעקומען שלום נעמען הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א - ראב"ד סקווירא, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דערביי האט הגה''צ רבי יוחנן שליט''א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א די נייע באנד פון ספרו חיי הלוי,
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב צימערמאן הי"ו,
נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א,
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי פארלאזט בית מדרשינו הגדול אויפן וועג צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו - מראה"ק.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' מרדכי קאהן הי"ו ווי ר' מרדכי הי"ו האט מנדב געווען א ריזן סכום לטובת בנין הת"ת החדש פון מוסדותינו הק',
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דערביי האט הרה"ח ר' מרדכי הי"ו איבערגעגעבן א גריס פון כוללינו הק' וואס איז א שם דבר אין די גאנצע שטאט, און דער רבי האט דערביי פארהערט איינע פון זיינע אייניקלעך מחשובי לומדי כוללינו,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' מרדכי הי"ו און פאר זיין גאנצע משפחה.
דערנאך ארום 8:40 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם הערש פריעד הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' אברהם הערש הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א כתה בבנין הת"ת החדש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם הערש הי"ו ובני משפחתו.
ארום 9:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' ברוך מרדכי אבערלענדער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א באנקעט לטובת די בנין הת"ת החדש פון מוסדותינו הק',
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים אלעזר הירשפעלד שליט"א - מו"ץ בקהלתינו הק',
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק כי כל העדה כולם קדושים, און נאכגעזאגט א ייטב לב וואס האט דאס אויסגעטייטשט אז דורכדעם וואס א מענטש גיבט אוועק פון זיין געלט פאר צדקה, מיט דעם ווייזט ער אז ער איז גרייט אויף מסירת נפש פארן אויבערשטן,
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פון מוסדותינו הק' אין מאנטריאל, וואס אין די קורצע צייט וואס די תלמוד תורה איז אפן, האט יעדער איינער געזען אז ס'איז א חשוב'ע און הייליגע תלמוד תורה, און נאכגעזאגט פון עצי חיים אז דורכדעם וואס א איד געט געלט פאר צדקה באקומט ער צוריק די געלט פון הקב"ה און די געלט איז זיכער ריינע ערליכע געלט,
דערנאך האט דער רבי מעודד געווען דעם ציבור ארויסצוהעלפן די מוסדות הק', און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים.
דערנאך איז פארגעקומען די מעמדי חתימת שטרות ווי קרוב צו פופציג אנשי שלומינו האבן זיך אינטערגענומען פון אכצן טויזנט דאלער און העכער לטובת המוסדות,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט יעדן באזונדער און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 10:00 אזייגער און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
ארום 10:10 האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא,
בעל תפילה: הב' שמשון בהר"ר מרדכי וועבערמאן שליט"א.
נאך מעריב איז פארגעקומען זמני כניסה ווי הונדערטער אנ"ש האבן געהאט די געלעגענהייט אריינצוגיין לברך ולהתברך,
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די הנהלה וראשי כוללינו אין מאנטריאל,
הרה"ג ר' יודל שטערן שליט"א - ראש הכולל האט פארגעשטעלט פאר רבינו שליט"א די בליה און וואוקס פון די כולל מיט אירע אריבער הונדערט לומדי הכולל,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א מתנה פאר די גדולי תומכי הכולל און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
מען האט געענדיגט די זמני כניסה ארום 2:00 אזייגער.
~🌴~