מיטוואך - יום ג' דחול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך - יום ג' דחול המועד סוכות=
נאך וואס דער רבי מיט'ן דיין שליט''א האבן במשך די נאכט אדורכגעטוהן די נושא און אלע קאמפליצירטע חלקי ההלכה דערפון איז אינדערפרי אריבערגעקומען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ, ווי מען האט נאך א לענגערע צייט דן זיין און איבערגיין די צדדים האט דער רבי אינאיינעם מיט די דיינים שליט"א ארויסגעגעבן א פסק הלכה אויף די שווערע קאמפליצירטע שאלה.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי''ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
ביי הלל און נענועים איז אנוועזנד געווען כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט''א, און נאך די הושענות האט זיך דער רבי ווארעם באגריסט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן
כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
לוי: הרה"ח ר' משה יעקב אהרן לעווי הי''ו
שלישי: בעל ברית נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הרה''ג ר' חיים דוד רובין שליט''א - רב דביהמ"ד אהל תורה וומ"ס.
גלילה: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישראל שלום שליט''א.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט צענדליגער געסט וועלכע זענען געקומען אויף שמחת תורה בצל הקודש.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה''צ אבד"ק בית אהרן שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
סנדק מעומד: הגה"צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט''א.
ברכות וקריאת השם: די זיידע הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'משה' נאך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
נאכן ברית איז מען אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשוב'ע זיידעס.
נאך עטליכע מינוט איז פארגעקומען די סעודת ברית בהסוכה הגדולה.
דער רבי האט געזאגט די סדר האושפוזין און זיך דערנאך געוואשן צום סעודה,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הר''ר יושע חיים רובין שליט''א און הרב אלחנן רובין שליט''א,
שיר המעלות: הרב מרדכי דוב רובין שליט''א,
נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א,
הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט''א,
יום ליבשה: הרב יחיאל מנחם רובין שליט''א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די שייכות פון מצות מילה צו מצות סוכה, זאגענדיג אז ווען אברהם אבינו האט זיך געמל'ט האט ער אריינגעלייגט א כח פון מסירות נפש אין זיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות און דאס אז טויזענטער אידן האבן זיך מוסר נפש געווען במשך אלע דורות איז אלעס פון די כח פון אברהם אבינו,
די ד' מינים איז אויך אין די בחינה, די ד' מינים ווייזט אויף די ד' איברים פון א מענטש און מען שאקלט צו די ארבע רוחות צו ווייזן אז מען איז גרייט אוועקצוגעבן אלע איברים פאר הקב"ה, און מען איז גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר הקב"ה, און דער רבי האט מסיים געווען און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
פארן בענטשן האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען לכבוד יו"ט און דער רבי האט פארטיילט שיריים,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד ישראל שלום שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה,
מען האט געענדיגט ארום 2:40.
נאכן ברית איז אריבערגעקומען אויף א באזוך לכבוד יו"ט הגה''צ רבי יקותיאל טייטלבוים שליט''א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הייליגן צאנזער רב זי''ע און איבער מנהגי יו"ט סוכות, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנשי שלומינו מעבר לים וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט שמחת תורה בצל הקודש.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה''צ אב''ד ור''מ מאנסי שליט''א נאך א שיעור אין ביהמ''ד הגדול,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה איבער כמה מקצועות התורה און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
=ליל ד' דחוה"מ - אושפיזא דיוסף=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פאר מעריב האט דער רבי געצינדען לעכט לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית רחל ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 11:20.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א,
הרה"צ רבי ישראל לייפער שליט''א - מווערדאן וומ''ס.
הרה''ג ר' חיים ארי' כהנא שליט''א - רב דביהמ''ד זכרון אלימלך מאנסי.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק וליוסף אמר מבורכת ה' ארצו און ארויסגעברענגט אז מען דארף מקיים זיין א מצוה מיט א התלהבות און א ברען און דאס איז מקדש די גוף און נאר אזוי קען מען אריינגיין אין די סוכה וואס איז בצילא דהימנותא, וויבאלד די גוף איז נתקדש געווארן פון די נשמה דורכ'ן טוהן מצות מיט א ברען, און דאס האט אונז יוסף הצדיק אויסגעלערנט 'בית יוסף להבה' מען דארף מקיים זיין א מצוה מיט א להבות אש, הדלקה עושה מצוה,
דערביי האט דער רבי מעורר געווען זיך צוריקצוהאלטן פון זאכן וואס ברענגן אריין א קרירות אין א מענטש, ובפרט די נישט איידעלע ניגונים וואס מען זינגט היינט צוטאגס ביי חתונות,
דער רבי האט שטארק ארומגערעדט איבער די שעדליכקייט פון די נישט איידעלע ניגונים און טענץ ביי חתונות און מעורר געווען די בחורים און אינגעלייט צו שטיין על המשמר אנצוהאלטן די ערליכע ניגונים כבימי קדם אזוי ווי מען פלעגט זינגען און טאנצן פאר צוואנציג יאר צוריק, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד בית חיים יעקב שליט''א.
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט לכבוד שמחת בית השואבה.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
~🌴~