דינסטאג - יום ב' דחוה"מ סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג - יום ב' דחוה"מ סוכות=
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחור ב"ר יעקב יצחק ב"ר בערל שטיין הי"ו.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:20.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' זלמן לייב קליין הי"ו - לאנדאן.
בעל קורא: נכד רבינו הרב יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו.
לוי: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א - מו"ץ.
שלישי: נכד רבינו הרה"ג ר' חיים יעקב רוקח שליט"א - רב דביהמ"ד קול אליהו.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א - מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ראטה הי"ו - ירושלים.
צו מוסף איז צוגעגאנגען נכד רבינו הר"ר ליפא טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה ארי' ברא"י גראס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 4:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הכנסת ספר תורה וועלכע איז אריינגעגעבן געווארן דורך נכדו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט, לע"נ הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע, במעמד אלפי אנשי שלומינו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען צו טאנצן מיט די תורה די חשובע זיידעס גיסו הגה"צ גאב"ד דקהלתינו ב"פ שליט"א, הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א און האדמו"ר ממאשלוי שליט"א, און דערנאך נכדו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א און אחיו הגה"צ רב דבית מדרשינו 15'טע עוו. שליט"א,
דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור און געזאגט קדיש,
מען האט געענדיגט ארום 4:30.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים רבתי לרגל די הכנס"ת בהסוכה הגדולה,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר א שטיק צייט,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א און פאר די חשוב'ע זיידעס הרבנים שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק ולכל המורא הגדול אשר עשה משה לעיני כל ישראל - בראשית ברא אלקים און ארויסגעברענגט אז משה רבינו האט אראפגעברענגט א מורא הגדול לעיני כל ישראל בראשית, אז גאנץ כלל ישראל זאל וויסן אז די גאנצע קיום העולם איז נאר צוליב די תורה הק', און דער רבי האט געזאגט אז דאס איז פאסיג צו זאגן ביי א שמחת הכנס"ת לע"נ הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע א זון פון קודש הקדשים דער הייליגער צאנזער רב זי"ע וואס ווער עס איז געקומען קיין צאנז האט דאס געלערנט אז די תורה הק' איז די קיום העולם,
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די דביקות פון אבותינו ורבותיה"ק זי"ע צום הייליגן צאנזער רב זי"ע און פלעגן אלץ ארומרעדן איבער די קדושה און עבודת השם פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע ובפרט אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע וועלכע איז אסאך נתגדל געווארן אין ראצפערט, און דער רבי האט געזאגט אז עס איז אים א שמחה אז זיינס אן אייניקל פילט א קשר צו ראצפערט און צאנז און גיבט אריין א ספר תורה לעילו נשמתו, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן בעל שמחה נכדו הרה"ג ר' חיים הערש שליט"א אז די זכות אבות זאל מגין זיין אויף די גאנצע משפחה און מען זאל קענען בלייבן מקושר צו די אבות הק', און געזאגט אז כדאי הוא די צדיקים וקדושים זי"ע אז זיי זאלן קענען מגין זיין און משפיע זיין כל טוב פאר אלע נאספים ומשתתפים, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים,
מען האט געענדיגט ארום 5:20.
ארום 5:30 האט דער רבי משמיע געווען דב"ק דורך א הוקאפ פאר אנשי שלומינו אין בני ברק ביים מסיבת שמחת בית השואבה לכבוד אושפיזא דאהרן כהנא קדישא,
דער רבי האט ארומגערעדט דברי תורה לכבוד יו"ט סוכות און ארויסגעברענגט די הנאה פון די גוטע גריסן וואס מען באקומט פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון בני ברק און מעורר געווען צו שטיין על המשמר איינצוהאלטן אלע תקנות וואס דער מייסד השיכון רביה''ק בעל דברי יואל זי''ע האט אוועקגעשטעלט בעניני צניעות וכו' און פארענדיגט מיט ברכות לרוב.
ארום 5:45 איז אריבערגעקומען בקודש פנימה הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א ווי עס איז פארגעקומען א אסיפה דן צו זיין איבער א קאמפלעצירטע שווערע הלכה שאלה וועלכע איז געווען עומד על הפרק, און מען האט א לענגערע צייט איבערגעגאנגען די שווערע שאלות און הלכות אין די נושא.
ארום 6:45 איז געקומען אויף א באזוך לכבוד יו"ט הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א - דומ"ץ טאשנאד מאנסי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע הלכה'דיגע שמועס בכמה ענינים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
צווישן מנחה און מעריב איז געווען זמני כניסה פאר אנשי שלומינו מעבר לים וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט שמחת תורה בצל הקודש.
=ליל ג' דחוה"מ - אושפיזא דאהרן כהנא קדישא=
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 8:10 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 11:00 אזייגער איז אריין בקודש פנימה הרה''ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א - דומ''ץ קהילתינו הק' לעיקוואד,
עס האט זיך פארצויגען א שיינע שמועס איבער הלכות ומנהגי יו"ט סוכות, און איבער די שטארקע הצלחה פון די ישיבה קטנה סניף ברך משה לעיקוואד ווי דער דיין שליט''א דינט אלס ראש ישיבה, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי איז אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור אין די סוכה הגדולה ארום 11:15.
דער רבי האט געזאגט די סדר אושפיזין, און זיך געוואשן,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו''ט,
די בעלי אושפיזין האבן געשטעלט וויין, און נאך די פלייש האבן די בעלי אושפיזין אויפגעגעבן קוגלען און דער רבי האט פארטיילט שיריים פאר די בעלי אושפיזין,
מיט די שיר המעלות האט דער רבי מכבד געווען: הר''ר משה גראס שליט''א מקערעסטיר מאנסי,
הרה''ג ר' משולם נתן שפיגל שליט''א - רב דביהמ''ד תפילה למשה קאלאשין מאנסי,
הרה''ג ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט''א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנירות און ארויסגעברענגט אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה האט ער משפיע געווען סיי רוחניות און סיי גשמיות, וויבאלד אן קיין השפעה גשמיות איז שווער צו מקיים זיין אלע מצוות,
עס איז דא צוויי מיני עשירות איינס וואס קומט מצד המזל און איינס וואס קומט מצד א ברכה פון הקב"ה אליינס, עשירות וואס קומט מצד המזל האט א פראבלעם פון די נסיון העושר אז עס קען צוברענגן צו ורם לבבך ושכחת און אוועקפירן פון די דרך התורה, משא"כ עשירות וואס קומט פון הקב"ה אליינס דאס קען נישט שאטן און דאס ברענגט נאר גוטס,
די השפעות וואס אהרן הכהן האט משפיע געווען און וואס ווערט נשפע פון ברכת כהנים דאס קומט פון הקב"ה און דאס ברענגט נאר גוטס, אזוי אויך מצות סוכה איז משפיע עשירות כמבואר בספרים הק' און דאס קומט אויך פון בצילא דהמינותא פון הקב"ה אליינס און איז א שטארקע ברכה, און דער רבי האט אנגעוואוואונטשן השפעות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט ממשיך געווען און נאכגעזאגט פון חתם סופר אז די סיבה פארוואס מען עסט מאכלי חלב אום יו"ט שבועות איז וויבאלד מילך איז גוט פאר אלע מענטשן אינג און אלט, און פון חלב קען מען מאכן פארשידענע מאכלים, פון די בעסטע מאכט מען סמעטענע און פון די שוואכערע מאכט מען קעז וכו', אזוי אויך די תורה הק' איז געגעבן געווארן פאר גאנץ כלל ישראל אינג און אלט און נישט נאר פאר די סמעטענע די בני עליה נאר פאר יעדן אן אויסנאם, און ווען אהרן הכהן האט משפיע געווען חכמת התורה ביי הדלקת המנורה האט ער עס משפיע געווען פאר גאנץ כלל ישראל יעדער וואס נפשו חשקו בתורה איז בארעכטיגט צו קומען אין ביהמ"ד און דאס האט אונז אהרן הכהן אויסגעלערנט להגיד שבחו של אהרן שלא שינה אז מען דארף צושטעלן ישיבות פאר יעדן איינעם און נישט נאר פאר מציונים, און אזוי אויך אז מען דארף צינדן עד ששלהבת עולה מאליה, מען דארף צינדן און צינדן אלע נשמות מישראל עד ששלהבת עולה מאליה און עס צינדט זיך אן א פלאם אינעם הארץ, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב"ק איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי נעבן די סוכה אינאיינעם מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א ווי עס אנוועזנד געווען עטליכע חברי הצלה און נאך עסקנים ווי זיי האבן פארגעלייגט די פרישע אנטוויקלונגען בנוגע די שאלה העומד על הפרק,
נאך א שטיק צייט איז דער רבי צוריק אריין צום שלחן הטהור און ממשיך געווען מיט די ריקודין.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען ריקודי קודש דורך חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים לכבוד שמחת בית השואבה,
דער רבי האט זיך אראפגעזעצט אויפן בימת הכבוד און זיך צוגעקוקט און מעודד געווען די ריקודים פאר א שטיק צייט,
ארום 1:25 האט דער רבי פארלאזט די ביהמ"ד און אהיים לביתו נאוה קודש.
~🌴~