דאנערשטאג - יום ד' דחול המועד סוכות
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג - יום ד' דחול המועד סוכות=
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:20.
דער רבי האט געצינדן לעכט און געזאגט די קדישים לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית רחל ע"ה אשת חבר פון מרן הגה"ק בעל ייטב לב זי"ע.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן די עבודת הקודש פון די נענועים מיט גרויס ברען, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות.
מיט פתיחה איז מכובד געווארן הרה''ח ר' לייבוש פרנס הי''ו - מאנסי.
כהן: הרב משה ברח"א כהנא שליט''א - מאנסי.
לוי: הרה"ח ר' שלום לאנדא הי''ו.
שלישי: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א - רב דביהמ''ד בית מנחם זאב.
רביעי: רבינו שליט"א.
הגבה: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט''א - מאנטשעסטער.
גלילה: הר''ר מאיר יוסף גראס שליט''א - וומ''ס.
נאכן ליינען האבן גומל געבענטשט קרוב צו הונדערט פרישע געסט וועלכע זענען געקומען אויף יו"ט שמחת תורה בצל הקודש.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה''ח ר' עקיבא וויינשטאק הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:45 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט''א - ראש מוסדות שובה ישראל,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זיינע מוסדות פאר בעלי תשובה איבער די גאנצע וועלט,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דערנאך איז אריין בקודש פנימה הרבני הנגיד ר' זלמן לייב קאפפעל הי''ו אינאיינעם מיט די חברי הנהלת המוסדות פון קרית יואל און הרבני הנגיד ר' זלמן לייב הי''ו האט מנדב געווען א גרויסע סכום לטובת די נייע בניני המוסדות וועלכע בויען זיך יעצט אין קרית יואל,
הרבני הנגיד ר' זלמן לייב הי''ו האט איבערגעגעבן די גאנצע סכום אויפן פלאץ און דער רבי האט גאר ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר ר' זלמן לייב הי''ו און זיין גאנצע משפחה.
~🌴~