מיטוואך ויצא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך ויצא
רבינו שליט"א האט היינט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה - שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אשר אנשיל זאלדאן.
ב"ר ברוך שווארץ.
ב"ר חיים יוסף שמשון שמאיע.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים ווי דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די ראשי הישיבה און פאר די בר מצוה בחורים און דערביי האט זיך פארצויגען א לענגערע שמועס ווי דער רבי האט ארומגערעדט די הרגשים פונעם נארוואס פארלאפענעם נסיעה לעיר האבות סיגוט יע"א, אין אזוי אויך די נסיעות פינעם טאטען דער רבי ז"ל בעל ברך משה, אין די פאריגע נסיעות פונעם רבין אין די פארגאנגענע יארן.
דערנאך האט דער רבי פארלאזט די ישיבה אין באגלייטונג פון די פילצאליגע תלמידי הישיבה דערביי האט הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א - ראש הישיבה איבערגעגעבן א גרוס פון ביהמ"ד החדש דקהילותינו הק' און עיה"ת לעיקוואד ווי ער האט געוויילט די פארגאנגענעם שב"ק.
א גוטן טאג.
~🌴~