מיטוואך ויצא חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך ויצא חלק ב'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים אין ביהמ"ד און געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' חיים אלי' צוויבל - ר' מרדכי יודא פריעדמאן אין די זאלן פון כינור דוד.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט.
ארום 9:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אליעזר הערש ניימאן - ר' יואל משה הערשקאוויטש,
און פון די מחותנים הר"ר מרדכי אהרן זאבעל - ר' יואל קארנבלי,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~