דינסטאג ויצא חלק ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג ויצא חלק ב'
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה גדולה, סניף ויואל משה.
דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין ביהמ"ד און דערנאך געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
אויפדערנאכט איז געווען זמני כניסה אין וויליאמסבורג, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
איידער די זמני כניסה האט רבינו שליט"א מנחם אבל געווען ביי משפחת המנוח הגה"צ רבי משה גראס זצ"ל, אב"ד שארמאש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו"פ העסקן ר' יעקב מייער פון מתעסקים ווי דער רבי האט געבענטשט מטבעות פאר די יתומים.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00,
דערנאך איז ווייטער געווען זמני כניסה ביז ארום 12 אזייגער.
נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט"א אריבער לבית הרבני הנגיד ר' חיים יודא גאלדבערגער הי"ו וועלכע האט געקויפט א קלאס אין די נייע בנין הבית רחל אין ב"ב.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקערט לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~