דינסטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ויקרא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא בר"מ שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אמרי נועם בשכונת דברי יואל אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה סניף עסק התורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שמעון ישראל ענגלענדער הי"ו.
ב"ר פנחס איידליס הי"ו.
ב"ר יואל בר"מ ברודא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי צוריק אריין בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט פארגעלערנט א סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא, און מסיים געווען בברכת קדשו לרגל סיום הזמן.
ארום 1:50 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זיבעטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:30.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יואל ברנ"י דאנא ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 1:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן משה שלאגער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן אין פלארידע,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אהרן משה הי"ו ובני משפחתו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
~🌴~