מאנטאג ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג ויקרא=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בנין אריאל אמסטערדאם ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק,
נאך די ברית האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
ארום 8:30 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די יערליכע אסיפה דורך די חברה קדישא דקהלתינו הק',
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און די אנוועזנדע רבנים שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די ארבעט פון די חברה קדישא און מעורר געווען אלעס אנצופרעגן און זיך צו פירן מיט אלע פרטים לויט די הוראות פון די חשוב'ע רבני חברה קדישא ובראשם הגאון הגדול די דיין שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר אליעזר ברי"ח גרינוואלד שליט"א און הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' משה העניך פריעדמאן הי"ו און הרה"ח ר' אברהם שמואל בלייך הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~