מיטוואך ויקרא
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך ויקרא=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרה"ח ר' יואל קויפמאן הי"ו - משמש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמחה ליכטענשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אפרים העכט הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערנט די אכטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון מצות עשה שהזמן גרמא אלץ הכנה צום שבת הגדול דרשה, מען האט געענדיגט ארום 2:35.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' דניאל יונתן עג'מי הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"א מאסרי הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל חיים ווייזער הי"ו און הרה"ח ר' שרגא שטראה הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם גרין הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"ש מייזעלס הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן א גרוס פאר רבינו שליט"א פון קהלתינו הק' אין אנטווערפען נאכן וויילן דארט פארגאנגענע שבת,
אזוי אויך האט דער דיין שליט"א איבערגעגעבן א פריסת שלום פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.
ארום 10:50 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו און הרה"ח ר' נפתלי מארקאוויטש הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יעקב יושע כהנא הי"ו און הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~