מיטוואך תרומה - בדר"ח אדר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תרומה - בדר"ח אדר=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מאיר יעקב כהנא הי"ו.
ב"ר יואל דוד ליסטיגמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי,
נאכן עולה זיין האט דער רבי גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון די קורצע נסיעה בעיר האבות סיגוט יע"א /מאנטשעסטער.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערביי האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די תלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך אויסגעצייכנט מיט לימודי שעות רציפות במשך די ימי השובבי"ם העעל"ט.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו און הרה"ח ר' ליפא בר"ש האלפערט הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו און הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו אין די זאלן פון גינת קליין.
זמני כניסה איז געווען פון 8:10 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רב דקהלתינו מאנטשעסטער שליט"א אפנעמען א ברכת מזל טוב לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט וועלכע איז פארגעקומען מיטוואך אויפדערנאכט אין ק"י,
דער רבי האט אויסגעדריקט זיין התפעלות פון קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמחה ישראל וויינבערגער הי"ו און הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
~🌴~