דינסטאג תרומה - אדר"ח אדר - ביקור קודש בעיר מאנטשעסטער
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תרומה - אדר"ח אדר - ביקור קודש בעיר מאנטשעסטער=
פארן דאווענען איז דער רבי געגאנגען אין די פריוואטע מקוה אין שטוב פון בן גיסו הרה"צ רבי חיים מאיר ערנסטער שליט"א - אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער,
נאך די מקוה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר בתו היולדות אשת נכדו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א לרגל הולדת בתה למז"ט.
ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית מדרשינו הגדול אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו און די עלטערע ילדי מוסדותינו הק' ובחורי ישיבתינו הק',
דער רבי האט געלייגט טו"ת בהיכל הביהמ"ד,
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב ארי' לאמבערג הי"ו - מאנטשעסטער.
ב"ר משה יצחק גליק הי"ו - לאנדאן.
ב"ר משה יודא וויינבערגער הי"ו - לאנדאן.
ב"ר יואל נתן גרינפעלד הי"ו - לאנדאן.
ב"ר חיים אביגדור קארנבלי הי"ו - לאנדאן.
ב"ר משה לייב עפשטיין הי"ו - לאנדאן.
בעל תפילה: הרה"ח ר' יעקב ארי' לאמבערג הי"ו.
דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק,
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט בהתלהבות אש,
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' יואל ווערטהיימער הי"ו - ק"י, בעל קורא: הר"ר יואל קעללנער שליט"א,
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א,
לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו - וויען,
שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א,
רביעי: רבינו שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' משה יצחק לאנדא הי"ו - מאנסי,
גלילה: הרה"ח ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו - ק"י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הר"ר יצחק יעקב ווייס שליט"א בן הגה"צ רבי פנחס שליט"א - רב דביהמ"ד טשערנאבל מאנטשעסטער, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאך שחרית ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אראפ צום היכל התורה החדש "היכל לב אהרן" צום מעמד קביעות מזוזה,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז דער רבי אריין צום מסיבת לחיים בהיכל התורה,
מען האט געזינגען ניגוני תורה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו בשם די וועד בוני ההיכל,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א, פאר הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק ויקחו לי תרומה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש ואגדה בעניני לימוד התורה אויף עטליכע אופנים,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי מוסר והדרכה פאר אנשי שלומינו און מעורר געווען זיך צו קובע לימוד זיין אינעם היכל התורה, עס איז טאקע א שיין היכל אבער א עכטע שיינע היכל איז ווען עס איז פיל מיט לומדים! און דער רבי האט מעורר געווען זיך אנצושליסן אין איינע פון די חבורות פון קהלתינו הק' יעדער לפי בחינתו, און ממשיך געווען בעניני תפילה ווי דער רבי האט מעורר געווען צו דאווענען על הסדר אנגעהויבן פון ברכות, און דערמאנט די סגולה פון אמירת קטורת, און דערנאך מעורר געווען בעניני צניעות ביי אנשים נשים וטף פון קאפ ביז פיס, בעניני טעכנעלאגישע כלים, ועוד, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט זיך הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א געזעגנט פון רבינו שליט"א איידערן אפרייזן קיין ניו יארק צו א חתונה פון אן אייניקל וועלכע קומט פאר צומארגנס מיטוואך אין ק"י,
מען האט ממשיך געווען בשירה וזמרה,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו מראה"ק וועלכע האט זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א בשם די גאנצע קהילה פארן זיך מטריח זיין בטירחא דגופא אהערצוקומען מחזק זיין קהלתינו הק', מען האט געענדיגט ארום 12:45.
דערנאך איז דער רבי צוריק ארויף בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מעמד קבלת פנים דורך די ילדי מוסדותינו הק' פון אלע יארגענג,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א, פאר הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א - מדייני קהלתינו הק' און פאר אלע קינדער, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הדרכה פאר די קינדער און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט מען איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מתנה פון אריבער פיר טויזענט שעות רציפות וועלכע איז געלערנט געווארן דורך די עלטערע תלמידי המוסדות אלץ הכנה צום ביקור קודש, דערנאך האט דער רבי פארטיילט א תהילים פאר אלע תלמידים,
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום בנין הבית רחל ווי אלע תלמידות זענען געווען פארזאמלט בחצר הבנין,
דער רבי האט משמיע געווען קורצע דב"ק בעניני צניעות און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א.
ארום 2:45 האט זיך אנגעהויבן זמני כניסה ווי אנשי שלומינו האבן געהאט די געלעגנהייט אריינצוגיין בקודש פנימה בפיתקא ובפדיון לברך ולהתברך לויט א ספעציעלע סדר,
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' חיים היימליך שליט"א - ראש הדיינים בקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 5:30 האט דער רבי פארלאזט די אכסניא און אריבער צום שטוב פון הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו - מראה"ק ובונה ההיכל ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: ר' אלחנן טויבער הי"ו - לאנדאן.
נאך מנחה האט זיך דער רבי געוואשן צו א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט די נדבנים פטרוני שם ההיכל התורה און ראשי קהלתינו הק' מאנטשעסטער,
מען האט געזינגען ניגוני ראש חודש און עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים,
עס האבן אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יואל ישראל לעוו הי"ו - מגדולי עסקני קהלתינו הק' און הרה"ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א - מדייני קהלתינו הק' וועלכע האבן ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' און בפרט די פילע פעולות פונעם בעל אכסניא הרה"ח ר' חיים יוסף הי"ו לטובת קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער,
מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרייבער הי"ו פון לאנדאן,
שושנת יעקב: הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש לכבוד ראש חודש און מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בעל אכסניא הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו,
דערנאך האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה פאר האברך ר' שמואל בענעדיקט הי"ו - מראשי עסקני קהלתינו הק' ובפרט פארן היכל התורה החדש, און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו,
מען האט געענדיגט ארום 7:00 אזייגער.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די זמני כניסה פאר ביז ארום 8:15.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרייבער הי"ו האט אפגעקויפט א זכות נכבד אינעם היכל התורה החדש,
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז געקומען אויף א באזוך הגאון רבי גבריאל קנאפפלער שליט"א - ר"י שערי תורה, אינאיינעם מיט הנגיד הרב יושע עוזר האלפערן הי"ו - מראה"ק בקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 8:20 האט דער רבי פארלאזט די שטוב אויפן וועג צום לופטפעלד.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים בנין הת"ת 'בנין ווידער' ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה אויפן נייעם חלק פונעם בנין וואס די ת"ת האט לעצטנס אפגעקויפט,
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג 'שער ראזענבערג' און דערנאך אריין אינעם בנין אויף א מסיבת לחיים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די הנהלת המוסדות ובפרט פאר הר"ר יודל וואזנער שליט"א וועלכע איז עומד בראש המוסדות במסירת נפש,
מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו און דער רבי האט ממשיך געווען די וועג צום לופטפעלד.
דער רבי איז אנגעקומען אינעם לופטפעלד ארום 9:00 אזייגער און דער רבי איז אריין אין א זייטיגע צימער,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים מיט די אנוועזנדע ציבור,
ארום 9:30 איז דער רבי ארויף אויפן פריוואטע פליגער און נאך א קורצע צייט האט זיך די פליגער געהויבן אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק,
נאך א קורצע צייט האט דער רבי געדאווענט מעריב אויפן פליגער,
די פליגער האט געלאנדעט ארום 12:00 אזייגער אינעם טיטערבארא לופטפעלד און נאך א קורצע צייט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין ק"י,
דער רבי איז אנגעקומען אהיים ארום 1:00 אזייגער.
"בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והיא הדרה"
~🌴~