דאנערשטאג תרומה
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג תרומה=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב שמחה שעהר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' בלייך הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בהרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד שכונת זרע קודש.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ט פסוק ג'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם מצה בעקערי דקהלתינו הק'.
ארום 5:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צום מעמד קביעות מזוזה וחנוכת הבית פאר בית מדרשינו החדש 'לב אהרן' בשכונת וועסט מעיפל, נדבת הרבני הנגיד ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:30 און צום ערשט אריין אינעם אינטערשטן שטאק ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די פראכטפולע מקוה, חדרי התפילה, בית הוראה, און די זאל וואס איז געבויעט געווארן פאר די תושבי השכונה,
דערנאך איז דער רבי ארויף און דער רבי האט קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג,
דערנאך איז דער רבי אריין בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט צום ערשט געדאווענט מנחה,
בעל תפילה: ר' בערל ראזענפעלד הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט א סיום כתיבת ספר תורה דורכן נדבן ופטרון הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו און איז אריינגעגעבן געווארן דעם שב"ק בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט מען אריינגעברענגט די ספר תורה און דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות אינעם ספר תורה,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א, פארן נדבן הביהמ"ד ובני משפחתו, און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן מדרש בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה, און ארויסגעברענגט אז יעדע ביהמ"ד פארמאגט קדושת ארץ ישראל,
דער רבי האט ממשיך געווען ארומרעדענדיג בשבח פון קהלתינו הק' אין מאנסי מיט אירע פילע בתי מדרשים און ערליכע בעלי בתים, און דאס נייע ביהמ"ד וועט אי"ה זיין א שיינע רינגעלע אינעם קייט פון קהלתינו הק',
דער רבי האט מאריך געווען בשבח פונעם חשובן נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו וועלכע האט אויפגעשטעלט אזא שיין ביהמ"ד, און דאס איז חוץ זיינע פילע פעולות לרומם קרן קהלתינו הק', און זיינע פילע פעולות לטובת די ישיבות קטנות אין מאנסי ווי מען בויעט יעצט א נייעם בנין פאר די ישיבות, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן נדבן ובני משפחתו,
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר אנשי שלומינו זאגענדיג אז מאנסי איז א עיר רבתי, רבתי בעם ורבתי בדעות, און מעורר געווען נאר צו דאווענען אין אונזערע בתי מדרשים און שיקן אין אונזערע ישיבות און אזוי זיך קענען האלטן בהשקפה הטהורה, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געמאכט הגבה מיטן ספר תורה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה פאר א לענגערע צייט,
מיט גלילה איז מכובד געווארן אביו הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער הי"ו,
דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה, און דערנאך די נדבן הרבני הנגיד ר' הערשל הי"ו, אביו הרה"ח ר' מענדל הי"ו, און חמיו הרה"ח ר' נפתלי שעהנפעלד הי"ו,
אויפן וועג ארויס האט דער רבי מכבד געווען דער נדבן צו קובע זיין א מזוזה אויף איינע פון די טיהרן,
מען האט געענדיגט ארום 7:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א פון ארה"ק בבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק שיף הי"ו,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די ביטערע מצב פון גזירת גיוס בני ישיבות בארה"ק,
האדמו"ר מבוהוש שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 7:30 איז דער רבי אהיימגעפארן קיין ק"י.
ביים אנקומען קיין ק"י האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו און הרה"ח ר' יוסף סרוגא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 9:00 אזייגער ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב"ק בשכונת חתם סופר אין ק"י המורחבת,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית טשערנאבל,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקודש פנימה הר"ר יצחק טווערסקי שליט"א און הר"ר לייבוש טייטלבוים שליט"א בן /חתן הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו /בנו וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג תצוה אין שיכון סקווירא און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך איז אריין הרה"צ רבי מאיר איתמר ראזענבוים שליט"א בן האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו למז"ט וועלכע קומט פאר דעם מאנטאג תצוה אין לעיקוואד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' הערש אלימלך קליין הי"ו און הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו,
און פון די מחותנים הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א און הרה"ח ר' משה ברי"ש ווייס הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
אויך זענען אריין בקודש פנימה די חברי וועד הקריאה שע"י חומת העיר, הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י ומו"ץ בקהלתינו הק', הר"ר ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א, הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א, הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א, און הרה"ח ר' יוסף משה גלאנץ הי"ו,
דער רבי האט געהערט א לענגערע באריכט פון די פעולות הוועד און אויסגעשמועסט פילע הוראת והדרכות און אנגעוואונטשן ברכות הקודש פאר אלע חברי הוועד צו קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די פעולות הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
~🌴~