מאנטאג תרומה - יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע בעיר האבות סיגוט יע"א
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תרומה - יומדה"ק פון מרן הגה"ק בעל קדושת יו"ט זי"ע בעיר האבות סיגוט יע"א=
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי געגאנגען אין מקוה און דערנאך צוריק אריין בחדרו הפרטי בביתו נאוה קודש אינעם שוהל הויף.
ארום 7:10 איז דער רבי ארויף צום בית החיים בעיר האבות סיגוט פוקד צו זיין די ציון הק' פונעם הייליגן קדושת יוט זיע ביומא דהילולא קדישא און די ציונים הקדושים פון רבותיה"ק העצי התמרים זי"ע אינאיינעם מיט הונדערטער אנשי שלומינו ובחורי חמד,
ביים אנקומען אינעם בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכת מחיה המתים,
דער רבי איז אריין אינעם אהל בהתעוררות ובפחד גדול און געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט ביי די ציונים פון מרן הגה"ק הייטב לב זי"ע, מרן הגה"ק הקדושת יו"ט זי"ע, און ביי מרן הגה"ק העצי חיים זי"ע,
דערנאך איז דער רבי צוריקגעגאנגען צום ציון פונעם הייליגן קדושת יו"ט זי"ע און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות,
דער רבי האט געזאגט די תפילה פון שלום עליך רבי ומורי פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע מיט בכיות עצומות פאר א לענגערע צייט,
דערנאך האט מען געזאגט די קאפיטלעך תהילים פון ספר רביעי פון צ' ביז ק"ז,
דער רבי האט אויסגעלאזט די קאפיטלעך און דערנאך געזאגט די יהי רצון מיט בכיות פאר א לאנגע צייט, און דער רבי האט געזאגט קדיש,
דערנאך האט דער רבי געלערנט משניות און געזאגט קדיש דרבנן,
דערנאך האט דער רבי געליינט קוויטלעך פאר א לאנגע צייט בשעת וואס מען זינגט מערערע ניגונים מבית מדרשו פון רבותיה"ק זי"ע,
דערנאך איז געווען א געלעגנהייט פארן גאנצן ציבור צו איבערגעבן קוויטלעך פאר רבינו שליט''א וואס דער רבי האט געליינט און דערנאך אראפגעלייגט ביים ציון הק',
דערנאך האט דער רבי זיך משתטח געווען אויפן ציון הק' פאר א לענגערע צייט,
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צום ציון הק' פונעם הייליגן ייטב לב זי"ע ווי דער רבי האט געליינט קוויטלעך און זיך משתטח געווען אויפן ציון הק', און דערנאך ביים ציון הק' פונעם הייליגן עצי חיים זי"ע,
דער רבי האט פארלאזט די אהל הק' ארום 8:40 און זיך געוואשן די הענט און שפאצירט צוריק צום שוהל הויף.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית מעוטף מיט טו"ת,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית לרגל די יומדה"ק,
ביים ליינען זענען מכובד געווארן,
פתיחה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו - לאנדאן,
בעל קורא: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו - ק"י,
כהן: משב"ק הגה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן שליט''א,
לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו,
שלישי: רבינו שליט''א,
הגבה: הרה"ח ר' ליפא ניישטאדט הי"ו - ק"י,
גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו - וומ"ס.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט אז א דיבור פון א צדיק גייט נישט לריק און פארציילט א מעשה פונעם בעל הילולא וועלכע האט געזאגט אז זיינס א ברכה גייט נישט לאיבוד, אויב נישט תיכף דאן שפעטער,
דער רבי האט אויסגעפירט אז דער בעל הילולא בענטשט אלע אידן וואס זענען געקומען אויף זיין ציון און עס איז זיכער אז יעדער האט געפועלט אלעס גוטס, און דער רבי האט מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 1:45 האט דער רבי פארלאזט די שוהל הויף אויפן וועג צום באניע לופטפעלד,
ארום 3:30 האט זיך דער רביס פליגער געהויבן אויפן וועג קיין מאנטשעסטער אויף א קורצע באזוך בקרב קהלתינו הק' לרגל די חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש "היכל לב אהרן",
די פליגער האט געלאנדעט ארום 4:20 אינעם מאנטשעסטער לופטפעלד און עס האבן אפגעווארט נכבדי אנשי שלומינו, הרבנים הגאונים שליט"א והנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק', אין שפיץ פון הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' שליט"א,
דער ציבור איז אריבער שלום נעמען און דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן אין שטאט א וועג פון ארום 40 מינוט צום אכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א,
נאך א קורצע צייט האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב בבית האכסניא אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה קטנה פון מוסדותינו הק',
נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דב"ק ודברי הדרכה פאר די בחורים ווי דער רבי האט אויסגעשמועסט פילע פרטים וואס עס פארלאנגט זיך פון א סאטמארע בחור בעניני תפילה, לימוד התורה, חסידות, טעכנעלאגישע כלים, און די גאנצע התנהגות, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פארן מנהל הישיבה הר"ר יואל קעללנער שליט"א, פאר די רמ"י הישיבה און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט א גארטל פאר אלע בחורים.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס בדברי תורה,
דער רב שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי האדמו"ר מהורדענקא שליט"א בבית מדרשו,
עס איז אויך אנוועזנד געווען הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו הק' אנטווערפען,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בסיפורי בית סיגוט און האדמו"ר מהורדענקא שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו אור יצחק,
מען האט אויפגעגעבן מזונות און קוגל און מען האט געזינגען ניגוני ראש חודש,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר האדמו"ר מהורדענקא שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אינעם נייעם פראכטפולע היכל התורה "היכל לב אהרן" בבית מדרשינו הגדול,
דער רבי איז ארום אינעם גאנצן היכל און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו - בונה ההיכל,
דער רבי האט שטארק באוואונדערט די שווערע כוחות וואס מען האט אריינגעלייגט צוצושטעלן אלע פרטים לתועלת פאר די לומדי ההיכל,
ביים ארויסקומען פונעם היכל האט אפגעווארט און שלום גענומען הגה"צ רב דקהלתינו לאנדאן שליט"א וועלכע איז אריבערגעקומען אינאיינעם מיט פילע אנשי שלומינו תושבי לאנדאן צום מעמד חנוכת הבית וקבלת פנים.
ארום 9:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין די בית יעקב זאלן צום מעמד חנוכת הבית פארן היכל התורה אינאיינעם מיט א סעודת ראש חודש ומעמד קבלת פנים פאר רבינו שליט"א מיט די באטייליגונג פון אלפי אנשי שלומינו תושבי אייראפע און פילע רבני ודייני מאנטשעסטער,
ביים אריינקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די חשובע רבנים אויפן אויבנאן,
דערנאך האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת ראש חודש און מען האט מאריך געווען מיט ניגוני תורה וראש חודש,
עס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' ישראל שטערן הי"ו פון לאנדאן וועלכע האט געפענט די מעמד מיט פאסיגע דיבורים און אויפגעריפן הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט"א בשם קהלתינו הק' אין מאנטשעסטער בפרט און בשם אלע אנשי שלומינו פון אייראפע,
נאך די פיש האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים און פארן גאנצן ציבור ובמיוחד פאר די בוני ההיכל הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו, וחתנו האברך ר' שמואל בענעדיקט הי"ו,
דערנאך האט דער יושב ראש אויפגערופן הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו הי"ו - ראה"ק דקהלתינו הק' לאנדאן ומגדולי נדבני ההיכל זאל אויפטרעטן לכבוד המעמד און דערנאך אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א,
דערנאך האט דער יושב ראש ארויפגערופן די איבריגע שותפים נכבדים פטרוני שם ההיכל אז זיי זאלן קומען אפנעמען א מתנה פון רבינו שליט"א, ה"ה הרבני הנגיד ר' יוסף מרדכי כהנא הי"ו, הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי"ו, הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו, האברך ר' שמואל בענעדיגט הי"ו, הרה"ח ר' יואל ישראל לעוו הי"ו, הרבני הנגיד ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו, און צום לעצט הרה"ח ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו - בונה ההיכל, און דער רבי האט אים געגעבן א מתנה א זילבערנע האניג האלטער,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - מראשי חברי הנהלת ההיכל בארה"ב,
ארום 10:50 האט דער רבי אנגעהויבן די צענטראלע דב"ק ודברי הדרכה פאר אנ"ש תושבי אייראפע,
דער רבי האט אנגעהויבן בכבוד אכסניא פון די שטאט מאנטשעסטער מיט אירע חשובע רבנים, בעלי בתים, אברכים, און קהלתינו הק' בפרט,
דער רבי האט ממשיך געווען בדברי דרוש ואגדה מיט עטליכע בחינות און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לימוד התורה וואס אין דעם זכות איז געווען די נס פורים און געזאגט אז איינער וואס איז עוסק בתורה טוישט עס די גאנצע מענטש, זיין דאווענען איז אנדערש, און זיין גאנצע התנהגות איז אנדערש,
דער רבי האט ארויסגעברענגט די שמחה פונעם מעמד ווי מען באנייט א היכל התורה ספעציעל אויף צום לערנען, עס איז טאקע געבויעט געווארן פאר חברי קהלתינו הק' אבער עס איז געמאכט פאר אלע תושבי העיר! יעדער וואס זיכט א רואיגע פלאץ צו לערנען ערב ובוקר וצהרים איז געלאדענט צו מרבה זיין לומדי תורה, אונז האמיר דאס שוין אויף אנדערע מקומות און עס האט געוויזן אז ישראל קדושים הם און עס איז מרבה לומדי תורה און דאס טוישט יעדעמס התנהגות,
דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון די חשובע נגידי קהלתינו הק' וועלכע האבן זיך געלאזט קאסטן אזויפיל געלטער צו מקיים זיין ועשי לי מקדש ושכנתי בתוכם, און אזוי אויך די חשוב'ע עסקני ההיכל ישלם ה' פעלם וצדקתם עומדת לעד,
דער רבי האט מסיים געווען בשבח פון קהלתינו הק' און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ פאר א לענגערע צייט,
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 11:40 און דער רבי איז אהיים לבית האכסניא.
~🌴~